מאסיווע פייער אויסגעבראכן אין "הכנסת אורחים ליזענסק" אין סאמע ברען פון הכנות צום הילולא כ"א אדר
- 01false53 GMT+0000 (Coordinated Universal Time)
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 34false41 GMT+0000 (Coordinated Universal Time)
זונטאג פ' תצוה • ה' אדר | בחצרות הקודש

א מאסיווע פייער האט אויסגעבראכן אין אתרא קדישא ליזענסק פולין, שטייענדיג עטליכע וואכן איידער די יומא דהילולא קדישא כ"א אדר, די שריפה האט אויסגעבראכן ביי איינע פון די ריזיגע שאטערס וואס שטייט גרייט צום דינסט פון די טויזענטער אידן וועלכע רישן זיך אנצוקומען קיין ליזענסק אין צייט וואס די עסקני ההילולא האלטן שוין טיף אינמיטן די פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען צום הילולא קדישא.
דער שריפה האט פאראורזאכט שאדנ'ס פאר די מאסיווע הייצונג און קילונג סיסטעם, אזוי אויך די גאנצע עלעקטערישע עקוויפמענט איז געשעדיגט געווארן.
בחסדי שמים איז געווען בלויז שאדנ'ס אויף די מאטריאל, און ב"ה איז נישט געווען קיין שום מענטשליכע שאדנ'ס. די פלאמען האבן געפלאקערט אויף גאר א מאכטפולע פארנעם, עס האט אריינגעכאפט אין זיך דעם גאנצן שאטער, און פארניכטעט די טישן, די כלים, און נאך, אלעס איז פארוואנדלט געווארן אין איין שטיק רויך.
די לאקאלע פאליציי טוט אויספארשן די אורזאכן וואס האט צוגעברענגט דעם פייער, אבער ווי עס שיינט איז דאס ווארשיינליך געווען בלויז א טעכנישע פראבלעם וואס האט גורם געווען דעם שריפה.
טראץ די שווערע פינאציעלע שאדן, און שטייענדיג בלויז געציילטע וואכן איידער די הילולא קדישא, און מען מוז גאר שנעל צוריקשטעלן אלעס על מכונו, האט דער פארוואלטונג פונעם "הכנסת אורחים ליזענסק" וואס שטייט אין שפיץ פונעם עסקן ואיש החסד הרב שמחה קרקובסקי שליט"א, פארשפראכטן אז דער גאנצער סדר ההילולא וועט אנגיין ווי אלע יארן, און אלעס וועט בעז"ה זיין צוריקגעשטעלט ווי געווענליך.












תגובות