זריזים מקדימים למצו"ת: הגאון האדיר רבי דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבאדקע ביים באקן מצות לקראת חג הפסח
- לפני 3 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' תרומה • ל' שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
נעכטן נאכמיטאג איז מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א אנגעקומען באקן מצות לקראת חג הפסח, אין די 'טיב המצות' בעקעריי אין בני ברק, אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרבני החסיד ר' אהרן יוסף קורניצער הי"ו פון קרית ישמח משה. כאטש וואס מען שטייט גאנצע זעקס וואכן אפגעריקט פון יום טוב פסח, האט דער ראש הישיבה שליט"א מקיים געווען דעם זריזים מקדימים למצוות און האט כמידי שנה בשנה זיך ארומגעקוקט און מפקח געווען על המלאכה אז אלעס זאל קלאפן בתכלית ההידור לעלות על שולחן מלכים. נאכן באקן די מצות האט דער ראש הישיבה גענומען חלה כדת וכדין, און איבערגעלאזט פארן אייגנטומער ר' אהרן יוסף און אלע מיטארבעטער.


































