top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הדרן עלך: טויזנטער לומדים ביי היסטארישע חגיגת "סיום הרמב"ם העולמי" אין קרוינהייטס ארמארי

  • לפני 37 דקות
  • זמן קריאה 3 דקות

זונטאג פ' תרומה • כ''ח שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

טויזנטער חסידי ליבאוויטש און אלגעמיינע חסידים ואנשי מעשה אנגעשלאסן אינעם אלוועלטליכן סדר "לימוד הרמב"ם", האבן זיך צונויפגעזאמלט ביים היסטארישן "סיום הרמב"ם העולמי" וואו מ'האט ברוב לומדים הדרת מלך געפייערט דעם סיום פון גאנץ ספר הרמב"ם וואס איז געלערנט געווארן אין די ראמען פונעם סדר הלימוד וואס איז אוועקגעשטעלט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מליובאוויטש זצוק"ל.


דער מעמד אדיר ונהדר איז אפגעראכטן געווארן אויף א גראנדיעזן פארנעם אינעם גיגאנטישן "בעדפארד יוניאן ארמארי" אין קרוינהייטס, וואו מ'האט בשמחת התורה געפייערט די חגיגת הסיום במקהלות אלפי הלומדים.


אין די ערשטע שעה'ן פונעם מעמד האט מען געהערט די דרשות נלהבות לכבוד התורה ולומדיה דורך רבני ומשפיע חב"ד פון איבער דער גארער וועלט.


א שטראם פון שמחה האט דורכגעריסן אין זאל מיט'ן ערשיינונג פונעם נואם הכבוד, כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג שליט"א, וועלכער איז ווי ברייט באריכטעט נתכבד געווארן בהדרת כבוד צו קומען מלהיב זיין הלבבות אינעם הויכפונקט פונעם סיום רבתי.


תיכף ביים אריינקומען אין זאל האבן די נכבדי פני העדה מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א ביותרת הכבוד, און פארפירט א שיינעם שמועס איבער'ן ערשטן סיום הרמב"ם העולמי, בשנת תשמ"ה, ווען דער רבי שליט"א איז אויך דאן נתכבד געווארן אלס נואם הכבוד, און דעם רבי'נס דרשה נלהבה איז געבליבן איינגעקריצט ביי די טויזנטער משתתפים.


דער ציבור האט אינאיינעם געזאגט פרקי תהילים, און דערנאך האט דער יו"ר הרב וועלוול בוטמאן אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א, אויפברענגענדיג דעם קשר אמיץ צווישן דעם רבי'ן שליט"א ולהבחל"ח דער פאטער דער שפע חיים זצ"ל צו בית חב"ד, און צו כ"ק אדמו"ר מליובאוויטש זצ"ל.


דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן די דברות קודש מיט בליציגע דברי דרוש ואגדה, זיך שטעלנדיג אויפ'ן סיום דברי הרמב"ם "ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים", און דערמיט פארטייטשט געהויבענע בחינות לכבוד המאורע. דאן האט דער רבי מעלה געווען על נס די מסירת נפש און עבודת הקודש פון די צדיקי בית חב"ד לדורותם פאר כלל ישראל, וואס דאס איז ממשיך ביז'ן היינטיגן טאג דורך די תלמידים וחסידים ביתר שאת ועוז.


אינמיטן די דרשה האט זיך אנגעזען אויפ'ן רבי'ן א שוואכקייט, און אויך דער קול איז געווארן שוואכער, ביז דער רבי איז אוועקגעפאלן אונמאכט, מ'האט באלד אלארמירט די הצלה, און ס'איז געווארן א בהלה אין זאל, ווען דער גאנצער ציבור קוקט זיך צו מיט שאק די שווערע סצענע.


די הצלה-לייט האבן אוועקגעזעצט דעם רבי'ן און דורכגעפירט אונטערזוכונגען, און באשטעטיגט אז ס'איז ב"ה נישט קיין הארץ-פראבלעם, נאר א מילדע שוואכקייט וואס האט באפאלן דעם רבי'ן זייענדיג אפגעשוואכט פונעם עבודת היום בתורה ותפלה, ווען דער רבי האט נאך דאן נישט געהאט טועם געווען פת שחרית.


דער רבי האט זיך צוריק אוועקגעזעצט, און טראץ די גבאים האבן זיך איינגעבעטן ביים רבי'ן זיך אהיימצוקערן למעון קדשו און קומען צו די כוחות, האט דער רבי אויסגעדרוקט רצון קדשו צו בלייבן און מיטהאלטן דעם מעמד.


מ'האט דאן ממשיך געווען דעם מעמד, מיט'ן סיום הרמב"ם איז נתכבד געווארן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא אוקענוויין שליט"א, דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן בשמחת התורה, און דער צאנז-קלויזנבורגער רבי שליט"א האט זיך אנגעשטרעגט און מיטגעטאנצן מיט'ן גאנצן אויבן-אן.


דערנאך האט מען אויפגערופן הגה"צ רבי מיכל שטיינמעץ שליט"א דומ"ץ סקווירא בארא פארק, און דער יו"ר האט ערווענט אז זייענדיג בקודש פנימה ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איינצולאדענען צום מעמד, האט דער רבי שליט"א תורם געווען פינף הונדערט דאלאר צום מעמד, און געבעטן מ'זאל עס אריינלייגן אין די פושקע בשעת'ן מעמד.


דער יו"ר האט טאקע דאן בפני כל עם ועדה אריינגעלייגט די נדבת הקודש אין א פושקע, און דאן אויפגערופן הגה"צ דומ"ץ סקווירא ב"פ צו קומען איבערגעבן דעם ברכת הקודש פונעם סקווערער רבי'ן שליט"א.


דערנאך האט מען געהערט א דרשה פון הרה"ג ר' הערשל ראטענבערג שליט"א רב דחסידי גור אין אמעריקע, וואס האט איבערגעגעבן די ברכת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א.


דערנאך הרב ליפא האגער נכדו הגדול פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פארגעליינט א מכתב קודש וואס דער רבי האט געשיקט פון ארץ ישראל לכבוד המעמד.


דערנאך האט מען מכבד געווען כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג שליט"א ממשיך צו זיין מיט די דרשה, בענוות קדשו האט זיך דער רבי צוערשט אנטשולדיגט פאר'ן עולם פאר'ן גורם זיין אן עגמת נפש און א בהלה, און באזונדער מפייס געווען אויף די ענגלישע שפראך, פאר די וואס פארשטייען נישט קיין אידיש. דער רבי האט ארויסגעברענגט אז דאס איז געקומען ווייל די סטרא אחרא האלט נישט אויס די שמחה של מצוה און קידוש ה' ווען אזויפיל טויזנטער לומדים זענען זיך משמח בשמחת התורה, און מסיים געווען בברכות לרוב.


ביים ארויסגיין פון זאל האט זיך דער רבי באדאנקט פאר'ן חסיד'ישן בעל מנגן ר' אברהם פריעד, מחשובי חסידי ליובאוויטש, פאר'ן מהנה זיין במשך המעמד, און אויך פארפירט א שמועס איבער זיין זיידן דער קרעניצער רב ז"ל וועלכער האט געוואוינט אין אמעריקע.



bottom of page