טויזנטער ביי "סיום הרמב"ם" פייערונג אין כפר חב"ד אין שפיץ פון גדולי ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן
- לפני 5 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' תרומה • כ''ט שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער
אויך אין ארצינו הקדושה האבן טויזנטער חסידי ליבאוויטש און אלגעמיינע חסידים ואנשי מעשה אנגעשלאסן אינעם אלוועלטליכן סדר "לימוד הרמב"ם", זיך צונויפגעזאמלט ביים "סיום הרמב"ם" וואו מ'האט ברוב עם הדרת מלך געפייערט דעם סיום פון גאנץ ספר הרמב"ם וואס איז געלערנט געווארן אין די ראמען פונעם סדר הלימוד וואס איז אוועקגעשטעלט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מליובאוויטש זצוק"ל, און האט אנגעשלאסן פילע לומדים פון אנדערע קרייזן, אריינגערעכנט מערערע חסידישע קהילות הקודש.
דער מעמד אדיר ונהדר איז אפגעראכטן געווארן אויף א גראנדיעזן פארנעם אינעם גיגאנטישן האנגער זאל אין כפר חב"ד, וואו מ'האט בשמחת התורה געפייערט די חגיגת הסיום במקהלות אלפי הלומדים, מיט דרשות נלהבות און פייערדיגע טענץ בשמחת התורה.
צו דער זייט פאר אלע רבנים משפיעים און שליחי חב"ד פון איבער גאנץ ארץ ישראל מדן ועד באר שבע האבן באשיינט בראש החגיגה א הערליכע גאלעריע גדולי האדמורי"ם ומנהיגי קהילות פון אלע שיכטן און קרייזן צווישן זיי: כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א; כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א; הגאון הרב יעקב מאיר שטרן שליט"א חבר בד"ץ זכרון מאיר אין בני ברק; כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א; כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א; כ"ק אדמו"ר מביטשקוב שליט"א; כ"ק אדמו"ר מקאליב שליט"א; הגה״צ הרב חיים מאיר האגער שליט"א, אבד"ק קרית וויזניץ; דער רב הראשי הראשל"צ הגאון הרב דוד יוסף שליט"א; דער רב הראשי הגאון הרב קלמן בער שליט״א; הרה"צ רבי יצחק אבוחצירא שליט"א און נאך פיל.






































