top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אסיפה רבתי אין מתיבתא הקדושה באבוב 45 לחזק ולהתחזק קעגן די נסיונות הזמן

  • לפני שעה
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' תרומה • ל' שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בלום

פארלאפענעם וואך איז אפגעהאלטן געווארן א ספעציעלע "אסיפה רבתי" פאר די הונדערטער תלמידי המתיבתא באבוב 45, זיך מחזק צו זיין קעגן די פגעי הטעכנעלאגיע. ס'איז פארגעקומען אין היכל התורה עץ חיים אינעם נייעם ביהמ"ד הגדול אין בארא פארק, ווי עס האט אויפגעטרעטן דעם רבינ'ס איידעם הרה"ג ר' שמחה רובין שליט"א מנהל ישיבת אור ישראל און מ'האט געהערט א דרשה פון העסקן ר' מרדכי שווארץ מנהל ארגון טעג מאנסי.


דאן האט מען געהאט די זכיה צו הערן לענגערע דברות קודש, דברים חוצבים להבות אש פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א וואס האט שטארק מחזק געווען די בחורים זיך צו האלטן פעלזן פעסט קעגן די נסיונות הזמן און זיך דערווייטערן פון די פגעי הטעכנאלאגיע.



bottom of page