לחדש אורה: האד' מקאפיטשניץ אונטערגענומען הייליגע מיסיע מחדש צו זיין ספר תורה פון האדמו"ר הזקן מסאדיגורא זי"ע
- לפני 13 שעות
- זמן קריאה 3 דקות
מיטוואך פ' תרומה • א' אדר | בחצרות הקודש

אן אייגנארטיגע סעודת ר"ח אדר איז אפגעראכטן געווארן בחצר הקודש קאפיטשניץ, געווידמעט פאר נדיבים בעם וואס האבן בייגעשטייערט פאר'ן הייליגן פראיעקט דורך כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א צו פאררעכטן און איבערפרישן די היסטארישע ירושה ספר תורה פון צדיקי בית סאדיגורא לדורותם.
די ספר תורה שטאמט פון הרה"ק ר' אברהם יעקב דער אלטע רבי פון סאדיגורא זון פונעם הייליגן רוזשינער, וועלכער האט געלאזט שרייבן די ספר תורה אלס פריוואטע ספר תורה, ווי ס'איז געווען דער סדר ביי צדיקים, און דאס איז שפעטער אריבער בירושה דור אחר דור ביז'ן אביר יעקב מסאדיגורא, וועלכער האט שפעטער מיטגענומען די ספר תורה ארויפפארנדיג קיין ארץ ישראל.
די ספר תורה איז שוין דאן געווען זייער אלט און מ'האט עס געדארפט פאררעכטן צו קענען ליינען דערין, אויף וואס דער אביר יעקב האט פארלייגט שטארקע כוחות, אבער דאס איז למעשה נישט אויסגעפירט געווארן מכח אל הפועל נאכדעם וואס ס'איז יענע יארן נאכנישט געווען די מעגליכקייטן ווי היינט צו קענען אויפפרישן און פאררעכטן גאר אלטע ספרי תורה.
אין זיינע לעצטע יארן האט דער אביר יעקב איבערגעגעבן די ספר תורה בירושה פאר'ן ממשיך שושלת הקודש, כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א, וועלכער טוט דאס די אלע יארן אפהיטן ווי דעם שווארץ אפל פון אויג, און רעכט אפ דערמיט יעדעס יאר שמחת תורה די הקפות.
די לעצטע יאר איז דער רבי שליט"א נתעורר געווארן צו פאררעכטן די ספר תורה, און זיך אריינגעלאזט אין א גאר קאסטבארע אונטערנעמונג לחדש אורה, אויפנעמענדיג א ספעציעלן סופר מומחה אין דעם געביט פון פאררעכטן אלטע ספרים, וועלכער האט לעצטע יאר נאך פסח אנגעהויבן מיט די עבוה"ק, וואס האט זיך פארצויגן ביז די לעצטע וואך, ווען די גאנצע מלאכה איז פארטיג געווארן, און די ספר תורה איז פרעכטיג און מהודר'דיג פארראכטן.
לרגל די פריידיגע גמר התיקון האט דער רבי שליט"א פאררופן א ספעציעלע סעודת ר"ח אינאיינעם מיט די נדיבי עם וואס האבן זיך צוגעשטעלט צום רבי'נס השתוקקות און בייגעשטייערט גרויסע סכומים צו פארווירקליכן די הייליגע אונטערנעמונג.
די סעודה איז אפגעראכטן געווארן אויף א באשיידענעם פארנעם, און עס איז דערביי אנוועזנד געווען דער מומחה וסופר ר' אברהם אלימלך פערל, וועלכער האט געצייגט לעבעדיגע דוגמאות פון די מלאכת הקודש אויפצופרישן די אותיות, זייענדיג אן עבודה קשה שבמקדש ווען די רעדע איז פון אזא אלטע ס"ת, ובפרט אז ס'איז געשריבן געווארן אויף גאר דינע הויט פון א הערש, וואס מאכט אסאך שווערער די ארבעט.
דער רבי שליט"א האט משמיע געווען הארציגע דברות קודש, זיך באדאנקענדיג מעומק לבבו פאר אלע נדבנים, און גערעדט מיט גרויס התרגשות שהחיינו לזמן הזה, ווען ער האט זוכה געווען צו ערפילן א זאך וואס ער איז שוין אלע יארן משתוקק אויף דעם.
דער רבי האט דערביי צום ערשטן מאל מגלה געווען אז ווען דער אביר יעקב האט אים איבערגעגעבן די ס"ת, האט ער געזאגט אז ער געט עס פאר אים איבער, ווייל ער האט פרובירט צו געבן די ס"ת פאר עטליכע סופרים, זיי זאלן עס פאררעכטן, אבער ער האט נישט געטראפן דעם ריכטיגן מומחה, און ער פארלאזט זיך אויף אים, אז ער וועט זען עס זאל פאררעכטן ווערן, און ער האט אלע יארן געשפירט ווי דאס איז געווען א צוואה פונעם אביר יעקב, זיך אריינצולייגן און אויספירן די הייליגע אויפגאבע.
לרגל דעם גמר חידוש ותיקון ספר תורה איז באשטימט געווארן אפצוהאלטן א גרויסארטיגן "שבת התוועדות והתעלות" פאר כלל חסידי ומעריצי קאפיטשניץ, דעם קומענדיגן שבת בהר בחקותי, ל"ז בעומר, יומא דהילולא קדישא פונעם אלטן הוסיאטענער רבי'ן, וואס וועט זיין א זמן קהלה לכל, צו פייערן די זעלטענע געשעעניש פון "הכנסת ספר תורה", אריינצוברענגען להיכל ה' די הייליגע איבערגעפרישטע ספר תורה.
לויט די יעצטיגע פלענער וועט אויפגעשטעלט ווערן א גרויסער שאטער אין חצר פונעם ביהמ"ד, וואו עס וועט אפגעראכטן ווערן די טישן במשך דעם שבת, און שבת צופרי פאר'ן ליינען וועט געפייערט ווערן די התרגשות'דיגע הכנסת ספר תורה במעמד קהל רב, און דערויף וועט מען צום ערשטן מאל נאך קרוב צו 150 יאר ליינען אין די ספר תורה המחודשת.















