הונדערטער בחורי סאטמאר אין ארה"ק האלטן מיט יומא אריכתא ביי געהויבענער נסיעה מיט אבד"ק סאטמאר ירושלים קיין גליל
- לפני שעתיים
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' תרומה • ל' שבט | בחצרות הקודש

קרוב צו דריי הונדערט בחורי חמד, תלמידי הישיבות הקדושות סאטמאר פון איבער גאנץ ארץ ישראל, האבן זוכה געווען מיטצולעבן נעכטן מאנטאג א געהויבענעם "יומא אריכתא" מלא תפילה והתעוררות במחיצתו פון הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א, אויסצובעטן ישועות ורפואות, וכל מילי דמיטב.
די נסיעה האט זיך אנגעהויבן אין די פריע פארטאגס שעה'ן ווען די בחורים האבן זיך ארויסגעלאזט ממקומות מושבותיהם קיין עיר הקודש צפת, וואו מען האט זיך געשטעלט דאווענען א פייערדיגע תפילת שחרית אין ביהמ"ד תומר דבורה, ווען דער רב שליט"א אליין דאווענט פארן עמוד מיט א געוואלדיגע התעוררות לכבוד די יומא דהילולא קדישא פון זקינו הגה"ק בעל קדושת יום טוב מסיגעט זי"ע. נאכן דאווענען וואס האט זיך פארצויגן אנדערטהאלבן שעה, האט דער רב משמיע געווען א פייערדיגע שיחת מוסר והדרכה, וואו ער האט זיך באצויגן מיט הארץ-רייסנדע דיבורים צו די שווערע טראגעדיעס וואס האבן באטראפן די קהילה, בפרט די טראגישע פטירה פון הבחור נפתלי צבי קרעמער ע"ה און די פטירה פון הבחור רפאל משה לעבאוויטש ע"ה, ביידע תלמידי ישיבה גדולה ד'סאטמאר אין קוממיות. דער רב האט מעורר געווען די בחורים מיט דברי חיזוק והתעוררות איבער די וויכטיגקייט פון שמירת עיניים און זיך היטן פון די פגעי הזמן, און אריינגעבלאזן א גייסט פון חיזוק און התעוררות אין די הונדערטער בחורים.
פון דארט איז מען אנגעקומען קיין אתרא קדישא מירון, וואו מען איז אריין אינעם מערת הרשב"י און מעתיר געווען בתפילה ובתחנונים, אנגעהויבן מיט ספר רביעי וחמישי אין תהילים, און דערנאך די יהי רצון אין י"ג מדות של רחמים מיט אן אומבאשרייבלעכע השתפכות הנפש. דערנאך איז מען אריבער צום שטח תולדות אברהם יצחק, וואו עס זענען אפגעראכטן געווארן געהויבענע ריקודין עילאין אויף די ניגוני מירון וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע וויילע מיט גרויס דערהוינבקייט.
בשעת די בחורי הישיבה קטנה זענען צוגעפארן פוקד זיין די אנדערע קברי צדיקים אין די געגנט, האט דער רב שליט"א אויפגעטרעטן מיט א ספעציעלע און באזונדערע שיחת קודש פאר די תלמידי הישיבה גדולה, מיט דסרי חיזוק צו זיין בשמחה אפילו נאך אזעלכע ביטערע אומגליקן און נישט אריינפאלן אין עצבות ח"ו, דערנאך האט מען געזינגען ווארימע ניגוני בטחון, און מיט א גאר געהויבענעם געמיט, האבן די בחורים ממשיך געווען די נסיעה צו די ארומיגע מקומות הקדושים, בעת דער רב שליט"א האט זיך צוריקגעקערט קיין עיה"ק ירושלים.
















