מרא דאתרא הדין: האד' מבוהוש באזוכט ביי האד' מסאטמאר אין קרית יואל
- לפני שעה
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' תרומה • ל' שבט | בחצרות הקודש

כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין קרית יואל לטובת מוסדותיו הקדושים על טהרת הקודש, האט פאריגע וואך אפגעשטאט א ביקור נימוסין ביים מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואו עס איז געשאפן געווארן א הערליכע שמועס בדברי תורה, סיפורי צדיקים און נאך ענינים שונים. צום שלוס האט דער סאטמארער רבי מכבד געווען דעם גאסט מיט לחיים און ארויסבאגלייט צו דער גאס בכבוד הראוי.
שפעטער ביינאכט האט דער רבי באזוכט בביתו נאוה קודש פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע אויף בעיקירטאון ראוד אין קרית יואל, וואו דער סאטמארער רבי זי"ע האט אין זיינע לעצטע יארן עלי אדמות אפגעראכטן זיין הייליגע עבודה, און דארט אויפגענומען טויזנטער אידן לישועה ולברכה.
דער דירה האט געהערט צו הרה"ח ר' יצחק שלעזינגער ז"ל, וועלכער האט זוכה געווען צו אוועקגעבן זיין שטוב פאר'ן רבי'ן, און ביז צום היינטיגן טאג ווערט עס ווייטער אויפגעהאלטן דורך זוגתו החשובה תחי' ובני משפחתה שיחיו, וועלכע געבן כסדר די געלעגנהייט פאר אידן צו קענען קומען מתפלל זיין און זיך אנזאפן מיט די קדושה וואס די ווענט פונעם הויז האבן זיך אנגעזאפט פונעם עבודת הקודש פונעם צדיק. א לענגערע וויילע האט זיך דער רבי אומגעקוקט אינעם הויז וואס שטייט נאך על מכונו גענוי ווי אמאל און ארומגעשמועסט מיט די ארומיגע מקורבים און די אנוועזנדע.








