top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קשה עלי פרידתכם: מעמד צאתכם לשלום אין בארא פארק נאך לענגערע באזוך פון האד' מסלאנים אין ניו יארק

  • לפני 56 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' תרומה • ל' שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN

מיט גרויס דערהויבנקייט איז געשלאסן געווארן דער ביקור המרומם פון כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א אין ניו יארק.


דינסטאג נאכמיטאג האט דער רבי שליט"א פארלאזט מאנסי וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן דורכאויס די יעצטיגער באזוך, און איז ארויסגעפארן קיין בארא פארק, וואו עס איז פארגעקומען א מעמד צאתכם לשלום לכבודו פון רבי'ן אין סלאנימער ביהמ"ד, אינאיינעם מיט די מעמד התחלת כתיבת ספר תורה פאר די ספר תורה וואס די מתפללי השטיבל וחברי הקהילה הייבן אן צו שרייבן פארן בית המדרש, מיטן נאמען "דער שטיבל'ס ספר תורה".


דער רבי האט אריינגעשריבן דעם ערשטן ווארט בראשית און דאן מעריך געווען א שולחן לחיים און געוואונטשן יעדן פון די חסידים בפרטיות. דערנאך האט דער רבי איבערגעגעבן א שטארקע שמועס מיט הדרכות קעגן די נסיונות הזמן, און אויסגענוצט די געלעגנהייט צו אדרעסירן דעם ביטערן גזירת גיוס און שארף ארויסגעטראטן קעגן דעם געפלאנטן חוק הגיוס. צום שלוס זענען די חסידים דורך זיך געזעגענען און דער מ'האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן צום לופטפעלד בשירה ובזמרה. מיטוואך נאכמיטאג האט זיך דער רבי שליט"א אומגעקערט אין א מזל'דיגע שעה לביתו נאווה קודש אין שטאט בני ברק.



bottom of page