קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
- 21 בפבר׳
- זמן קריאה 7 דקות
דאנערשטאג פ' תרומה • ב' אדר | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: איצי מ.
המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א איז משמח א חתן א יתום, מיט אן אויסערגעווענליכע פשטות און ענוות חן, אויף זיין שטייגער כדרכו בקודש.
ביי א באזוך אין ישיבת חברון די וואך באמערקט הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע א בחור וואס זיצט אין א ווילטשעיר. ער בעט מען זאל אים צופירן צו אים, און שטרענגט זיך אן צו באגריסן און אנוואונטשן דעם בחור מקירוב הלב.
הגאון רבי שלום בער סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה ווערט געזעהן ביים שמחת החתונה פון תלמידו החתן אריאל שמאי נ"י, וועלכער האט געשמאכטעט אין טורמע פארן זינד פון זיך נישט שטעלן צום מדינת ישראל מיליטער. זיין ארעסט דעם ווינטער האט געפירט צום עצרת המיליאן וואס האט צונויפגעברענגט הונדערטער טויזענטער אידן ברחובות העיר ירושלים.
הרה"ח ר' יעקב חיים דייטש הי"ו מחשובי חסיד סאטמאר אין וויליאמסבורג וועלכער איז ב"ה באפרייט געווארן פון תפיסה עטליכע וואכן צוריק, ביים אפגעבן מזל טוב און דאנק פאר האדמו"ר מסקווירא ביים חתונה בבית סקווירא פארגאנגענע וואך, באגלייט דורך עסקני "צדק" אין שפיץ פון העסקן הרב משה מארגארעטן הי"ו.

ליצנותא דטעכנעלאגיע: דרייסטער אקט וואס האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה האט געטון ביי א שיעור חומש רש"י אין עירמאנט צו צייגן פאר חסידיו ושומעי לקחו, די נידעריגקייט און אומעטישקייט פון כאפן אן אויפהער בילדער מיט די טעלעפאנען...
דאס זעלבע האט זיך אפגעשפילט ביים שמחת החתונה בבית האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג עטליכע טעג דערויף... (בילד קרעדיט: איצי מ.)

פראכטפולער שבת טיש פון אלערליי זילבערנע כלים וואס די בארימטע 'איסטערן זילבער געשעפט' האט צוגעשטעלט לכבוד דעם געהויבענעם שבת בצל האדמו"ר מבוהוש אין וויליאמסבורג.

הרה"ג רבי יצחק זאב פאזען שליט"א, מנהל מתיבתא תורה ויראה ד'סאטמאר, ביים איבערגעבן א כוללות קוויטל פארן פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, מזכיר זיין אלע בחורים וואס דארפן געהאלפן ווערן מיט שידוכים הגונים.

האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא אין א ריקוד מיט די אייניקלעך און אור אייניקלעך זרע ברך ה' בליעה"ר.

הרה"צ רבי שמעלקא בידערמאן שליט"א מלעלוב לאנדאן מערקט "קרישקעס" אויף א תפילה ביים קבר רחל אמנו.

הרה"צ ר' יעקב יוסף האגער בן האדמו"ר מוויזניץ ירושלים באגריסט זיך מיט האדמו"ר מסאטמאר ביים רייכן מסיבה די וואך לטובת די סאטמארע מתיבתא אין מאנסי אין שטוב פון הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א.

טפחיים על גבי הקרקע: האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג אין א ריקוד נלהב מיט בניו וחתיו ביים שמחת החתונה במעונו. (בילד קרעדיט: איצי מ.)

סקווירא טענץ אויף די פארענטשעס ביים היסטארישן מעמד חזק דעם מוצאי שבת אין שיכון סקווירא. (בילד קרעדיט: איצי מ.)

העסקן הרב עזרא פריעדלענדער בן האדמו"ר מליסקא געזעגענט זיך מיט נאסטאלגיע פונעם אלטן פארצייטישן ליסקא ביהמ"ד אין בארא פארק, זיך גרייטנדיג צו צונעמען דעם יעצטיגן געביידע, סותר על מנת לבנות, צום אויפבוי פונעם נייעם ליסקא ביהמ"ד.
העסקן הרב יעקב יוסף פליטשקין הי"ו געוועזענער משב"ק ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל באזוכט ביי בנו האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה אין די אכסניא אין מאנסי.

דער ביהמ"ד הגדול והחדש פשעווארסק אין אנטווערפען ווערט ערגענצט כלול בהדרו, צו איר ווידער-עפענונג דעם שבת פ' תרומה הבעל"ט.
הנגיד בנש"ק ר' יוחנן טווערסקי שליט"א בקודש פנימה ביי האדמו"ר מבאבוב לרגל די שמחת הבר מצוה פון זיין בן יחיד בשעטומ"צ.

האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים אנקומענדיג אויף א קורצע באזוך אין לאנדאן לכבוד א שמחה ביי אחד ממקורביו.

האדמו"ר מקרעטשניף ירושלים ביי תפילת מנחה אין קענעדי לופטפעלד אנקומענדיג קיין ניו יארק לכבוד די חתונה פון א אייניקל.

הגה"צ רבי בנימין אייזנבערגער אבד"ק היכל התפילה בארא פארק אין א פייערדיגן ריקוד נאך הבדלה אינעם היסטארישן שטאט קראקא נאך א שבת התאחדות אינאיינעם מיט חברי קהלתו.
המקובל הגה"צ רבי שמעון גלאי שליט"א ביי סעודת רעוא דרעוין אין די קרעסטא האטעל אינעם קור שטעטל דאבוס אין שווייץ.

הערליכע מחול לצדיקים ביים חתונה בחצרות זידטשויב מארין פארק - קאלאמייא, דורך די פעטערס האדמור"ים והרבנים קינדער און איידעמער פון כ"ק אדמו"ר מצאנז בארא פארק זצ"ל.

האדמו"ר מוויזניץ איז מנחם אבל די קינדער פון הגאון רבי אביעזר שפירא זצ"ל משגיח ישיבת קול תורה און רב ביהמ"ד דראהאביטש אין ירושלים, צווישן זיי דער זון העסקן הרב מנחם שפירא סגן ראש העיר בני ברק.

הרבני הנגיד ר' נחום זלמן רוקח הי"ו דערלאנגט די די ניי-אפגעקויפטע ירושה-ספר תורה פון הרה"ק רבי אהרן טשערנאבלער זי"ע אלס א מתנת קודש פאר רבו האדמו"ר מסקווירא, דעם ערב שבת מרומם "שבת חזק".

סעודת הילולא קדישא פון הרה"ק בעל קדושת יום טוב מסיגוט זי"ע אינעם שוהל הויף אין סיגוט בראשות האדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) נתנדב דורך הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו פון בארא פארק מגדולי הנדבנים אין די סאטמארער הויף (מהרי"י).

האדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג פארברענגט מיט חסידים ואנשי מעשה ביי מלכה מלכה אינעם הכנסת אורחים אין ליזענסק נאכן פראווען א דערהויבענעם שבת באתרא קדישא דמר.

האדמו"ר משינאווא באזוכט פאריגע וואך אין די אכסניא פון האדמו"ר מבוהוש אין שטאט מאנסי.

ר' יואל פריעד הי"ו פון די בארימטע מארקעטינג פירמע "פריעדקא מידיע" ביים ערהאלטן שיריים פון די פיש ביים סעודת מלוה מלכה ביי האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה אין מאנסי.
האחים הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א, האדמו"ר מבריזדאוויץ און זייער שוואגער האדמו"ר מספינקא 18 טאנצן מצוה טאנץ אינאיינעם ביים חתונה פאריגע וואך בחצרות זידטשויב מארין פארק - קאלאמייא.

האדמו"ר מטשערנאביל איז מנחם אבל די וואך ביי הנגיד בנש"ק הרב ברוך ערבליך הי"ו מגדולי תומכי המוסדות.

הרה"צ ר' נחמיה אלתר שליט"א בן האדמו"ר מגור איז מנחם אבל העסקן הרב מרדכי בבציק נאמן בית אביו האדמו"ר מגור נאך די פטירה פון זיין פאטער הרה"ג ר' בנציון בבציק זצ"ל רב דחסידי גור אין קרית גת.

די ברידער הרה"צ רבי אהרן מענדיל און הרה"צ רבי יצחק טווערסקי בני האדמו"ר מסקווירא ביים אויפמישן די ספר תורה פון הרה"ק רבי אהרן טשערנאבלער זי"ע ביים כינוס הרבבות "מעמד הודאה" דורך עדת חסידי סקווירא דעם מוצש"ק משפטים-חזק.

האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה באזוכט אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אליעזר שיינער אין מאנסי לטובת מוסדותיו.

האדמו"ר מדזירקא ביים פאררייכערן א לולקע כמנהג צדיקים ביים שמחת החתונה פון א אייניקל פאריגע וואך.

האדמו"ר מנדבורנא ביתר ביי הבדלה דעם פארלאפענעם מוצאי שבת אין בארא פארק בבית האכסניא אין שטוב פון הרב החסיד ר' אליעזר שמעון האלטובסקי הי"ו.

והרכיבו על כתיפו: אבד"ק דעלאטין אין א ריקוד מיט בנו החתן אויף די פלייצע ארומגענומען מיט מעריצים און גוטע פריינד.

האדמו"ר מקוזמיר ביי אמירת ויתן לך נאך הבדלה דעם מוצאי שבת העעל"ט בבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' בנציון פרישוואסער הי"ו אין די גאלדערס גרין געגענט אין לאנדאן.

גאב"ד אנטווערפען ווערט געזעהן אויף די גאסן פון בארא פארק אינאיינעם מיט יד ימינו העסקן ר' שלמה שטראה הי"ו פון אנטווערפען.

הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו פטרון מוסדות סאטמאר בארא פארק ערהאלט ברכת קדשו פון האדמו"ר מסאטמאר ביים דינער דעם מוצאי שבת לטובת די סאטמארע מוסדות אין בארא פארק.

האדמו"ר מוויזניץ אויפן פליגער קיין לאנדאן וואו דער רבי האט די וואך אפגעראכטן א קורצע באזוך לרגל עטליכע שמחות ביי די חסידים.

האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן באטייליגט זיך ביי א שבע ברכות אין לאנדאן פון א אייניקל ביי האדמו"ר מגארליץ.

הגה"צ רבי משה שמעון וואזנער אבד"ק שאטאו פארק לעיקוואד שרייבט אונטער א שטר התחייבות מיט אחיו הגדול האדמו"ר משבט הלוי ביי א דינער לטובת מוסדותיו הק', אפגעהאלטן געווארן אין טאג פונעם יארצייט פונעם פאטער כ"ק גאב"ד זכרון מאיר זצ"ל בעל מחשבת הלוי.

אין די לעצטע טעג איז געווארן ארויפגעשטעלט א נייע שילד אין דאונטאון מיאמי אויף די סאוט-איסט 9'טע סטריט וואס דעזיגנירט א טייל פון די גאס אלס ׳חב"ד סטריט׳, די דאזיגע טייל פון די גאס איז פארנט פון די גרויסע חב"ד צענטער פון די בריקעל געגנט אין מיאמי אונטער די פירערשאפט פונעם חב"ד שליח ר׳ שלום ליפסקער.

הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער אבד"ק וויזניץ אלעד באזוכט ביי הרה"ח ר' יואל אלחנן פאפלאנאש הי"ו משב"ק אדמור"י בית טאהש בעת זיין באזוך די וואך אין קרית טאהש, וואו מען האט צונויפגעשמועסט זכרונות פון די שבתים און זמנים שונים וואס אביו האדמו"ר מוויזניץ האט זיך מסתופף געווען בצל הקודש פון הרה"ק מטאהש זי"ע צו וועם דער רבי איז געווען אדוק ומקשור בלב ונפש.

האחים האדמו"רים מוויזניץ פון מאנסי און וויליאמסבורג אין א ברודערליכע שמועס ביים שמחת החתונה די וואך פון א אייניקל ביים ברודער הגה"צ בעל אור שלום מוויזניץ זצ"ל אין בארא פארק.

דער מנגן מנגן ר' ישעי' גראס פון ארץ ישראל איז מהנה מגרונו מיטן באקאנטן קרעטשניפער "קול דודי" ביי א מסיבה מפוארה לטובת ישיבת מבצר התורה קרעטשניף בנשיאות האדמו"ר מקרעטשניף י-ם, פארגעקומען אין שטאט סיגעיט.
ילדי תלמוד תורה באיאן באזוכן בקודש פנימה ביי האדמו"ר מטשערנאביל לרגל סיום ימי השובבי"ם.

האדמו"ר מראחמיסטריווקא ביים תפילין לייגן פארן בר מצוה בחור א זון פון ש"ב הנגיד ר' יוחנן טווערסקי שליט"א.

צונויפשמועס ביים סאטמארע דינער אין בארא פארק פון רעכטס צו לינקס: הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א, מחותנו הגה"צ רבי יהושע שלום ווייס אבד"ק ספינקא און הגה"צ גאב"ד פאלטישאן שליט"א.

האדמו"ר מתולדות יהודה מערקט "קרישקעס" אויף די פראסטיגע גאסן אין פולין אנגעטוהן מיט די רבינו תם תפילין בעת די מסע הקודש וואס דער רבי האט אונטערגענומען צו די מקומות הקדושים אין אייראפע.

הרה"צ רבי ישראל האגער שליט"א בן האדמו"ר מוויזניץ בארא פארק טרעט אויף ביי א שבע ברכות פון א אייניקל ביים פעטער האדמו"ר מוויזניץ ירושלים.

האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים באזוכט ביי רבו הגאון רבי יעקב מאיר ראזנבוים ראש ישיבת גור לאנדאן, בעת דעם רבינס באזוך די וואך אין לאנדאן, וואו מען האט מעלה געווען זכרונות פון די תקופה וואס דער רבי האט בשנות בחרותו געלערנט אין די גערער מתיבתא אין לאנדאן.

די פשוטע און באשיידענע מודעה בחצר הקודש ראחמיסטריווקא מיט די סדר ימי השמחה אינעם רבינס הויף.

הגאון הגדול רבי חיים ווייס גאב"ד ביתר ביים מעמד קביעת מזוזה אין די נייע אפיסעס פון ישיבה וביהמ"ד "כתר שם טוב" בנשיאות המשפיע הגה"צ רבי יחיאל יהושע שיינפעלד שליט"א.

ביים מלוה מלכה די פארלאפענע וואך בחצה"ק פשעווארסק האט זיך פארלאשן די לעקטער. דער פשעווארסקער רבי האט ממשיך געווען די מלוה מלכה מיט א קליינעם לעקטערל.

הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א אין א באגעגעניש מיט ש"ב הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי שליט"א מסקווירא ביי א שמחה די וואך אין שטאט וויליאמסבורג.

האדמו"ר מפיטסבורג איז מתפלל ביים ציון הק' פונעם הייליגן ריבניצער רבי'ן אין מאנסי.

האדמו"ר מסטראפקוב מערקט "קרישקעס" אויף א פשוטן פליגער זיץ צווישן די מיטרייזנע.

הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א ביי א שמחה די וואך ביים עסקן ר' משה מארגארעטן פירער פון די צדק ארגאניזאציע.

ביים שמחת החתונה די וואך בבית העסקן הרב יעקב טעסלער חבר הכנסת, מערקט קרישקעס הרב בנציון שטאנגער משב"ק האדמו"ר מוויזניץ און הרב יעקב וואלצער מזכיר המועצת אין א שמועס מיטן חרדישן דזשורנאליסט ר' ישראל כהן.

דער מגיד מישרים הרה"ג ר' אברהם מרדכי מלאך שליט"א אנקומענדיגן אינעם לוד לופטפעלד לרגל די ערשטמאליגער שבת קרבתנו היינטיגן שב"ק פ' תרומה אין ארץ ישראל.

א ברכת מזל טוב פאר הנגיד בנש"ק ר' יוחנן טווערסקי שליט"א לרגל די שמחת הבר מצוה פון זיין בן יחיד בשעטומ"צ.






תגובות