על משמר הכשרות: גאב"ד אנטווערפען באזוכט אין די OU כשרות הויפטקווארטירן אין מאנהעטן
- לפני 5 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' תרומה • א' אדר | בחצרות הקודש

א בכבוד'יגע באזוך איז אפגעהאלטן געווארן אין די OU הויפטקווארטירן אין מאנהעטן דורך הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפען שליט"א, וואס שטייט אין שפיץ פון די מערכת הכשרות אונטער די קערפערשאפט פון קהל "מחזיקי הדת" אין אנטווערפן, וועלכע טוען אויך פארפיגן אויף ריזיגע כשרות אפאראטן אין די גרעסטע פארבריקן און שלאכט הייזער לענגאויס אייראפע.
דער באזוך פונעם אנטווערפענער רב אין די אפיסעס פון די וועלטס גרעסטע השגחה איז געווען געצילט אנצושליסן א פאראייניגטע צוזאמענארבעט צווישן די צוויי כשרות ארגיניזאציעס, נאכדעם וואס אין די לעצטערע יארן האט זיך פארמירט נאנטע פארבינדונגען צווישן זיי אין פארשידענע הינזיכטן, און עס האט זיך גאר נויטיג אויסגעפעלט אנצושליסן א אפציעלע פארבינדונג צווישן די צוויי ריזיגע כשרות אפאראטן.
פארגאנגענע וואך דאנערשטאג בעת דער אנטווערפענער רב שליט"א האט זיך געפינען אין ניו יארק, איז ער אנגעקומען קיין מאנהעטן, און באזוכט אין די OU הויפקווארטיר ווי עס ארבעטן איבער דריי הונדערט איינגעשטעלטע ארבעטערס.
צום ערשט איז דער רב שליט"א אויפגענומען געווארן דורך די הנהלה פון OU אין שפיץ פון הרב משה עלעפאנט שליט"א, וועלכע שטייט היינט אין שפיץ פון די כשרות ארגיניזאציע, און האט באגריסט די חשובע גאסט מיט דברי ברכה, דאן האט אנטווערפענער רב שליט"א ארויסגעברענגט לשבח פון די געוואלדיגע מומחיות און זהירות אין כשרות פון די OU וואס האט נישט קיין פארגלייך אין די גאנצע וועלט, און האט אויסגעדריקט הכרת הטוב בשם זיין קהלה מחזיקי הדת וואס פארמאגט א שטארקע קשר און צוזאמענארבעט מיט די רבנים פון די OU.
דער רב שליט"א האט אויך אויסגעדריקט התפעלות נאך וואס די ראשי מערכת הכשרות אין אנטווערפן האט אליינס בייגעוואוינט די OU פראדוקציע פון חלב ישראל קעז און מילכיגע פראדוקטן אין עטליכע פאבריקען אין איטאליע, באגלייט אונטער א השגחה תמידיות מיט אלע חומרות והידורים און זענען ראוי לעלות על שלחן מלכים בתכלית הכשרות, און ווערט איצט ווייטער פראדוצירט אונטער די פאראייניגטע השגחה אין צוזאמענארבעט מיטן מערכת הכשרות פון קהל מחזיקי הדת אנטווערפען.









