הערליכע מעמד כבוד התורה אין כולל מתיבתא להוראה דחסידי סערט וויזניץ אין ירושלים
- לפני שעתיים
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' תצוה • ו' אדר | בחצרות הקודש

א פרעכטיגער מעמד כבוד התורה איז פארלאפענעם וואך אפגעראכטן געווארן אין ק"ק סערט וויזניץ אין ירושלים ביי וועלכן עס איז אפגעגעבן געווארן דעם פאסיגן כבודה של תורה פאר א די צורבי מרבנן חברי ורבני כולל מתיבתא להוראה דחסידי סערט וויזניץ אין ירושלים וועלכע האבן זיך פארהערט אויף הלכות בשר וחלב ביי די גדולי ההוראה און האבן ארויסגעוויזן א אויסערגעווענליכע בקיאות אין שולחן ערוך און די נושאי כלים, מיטן ציל צו קענען פסקנען שאלות להורות הוראה בישראל.
ביי רייך געדעקטע טישן האבן זיך צוזאנגעניומען די צענדליגער כולל אינגעלייט פונעם כולל וועלכע שטייט בהנהלתו פונעם ראש הכולל הרה"צ רבי שלום עוזר האגער שליט"א בן זקונים פון כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א, וואו מען האט געפייערט דעם יומא טבא לרבנן קאמבאנירט מיט א סעודת ראש חודש, ומלכם בראשם דער מנהיג העדה דער רבי שליט"א וועלכער האט באשיינט די מעמד מרישא ועד גמירא, שעפענדיג גרויס קורת רוח פונעם דערגרייכונג ווען יונגעלייט צורבא מדרבנן ווערן נתעטר בכתר ההוראה.
די מעמד איז געווען באגלייט מיט כלי זמר, אנגעפירט דורך די בארימטע וויזניצער קאפעליע, דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צום סעודת ראש חודש, און דער יושב ראש המעמד הרב יעקב לאזאר מנהל רוחני תלמוד תורה סערט וויזניץ אין בית שמש האט מקבל געווען פני קדשו פונעם רבי'ן שליט"א און ארומגערעט בשבחו פון בנו חביבו דער ראש הכולל העומד על גביהם פון די חשובע יונגעלייט און לייגט אריין געוואלדיגע כוחות פאר זייער הצלחה און עליה בתורה והוראה.
במשך די מעמד האבן אויפגעטרעטן מיט דרשות דער ראש הכולל הרה"צ רבי שלום עוזר שליט"א, הרה"ג ר' ברוך כץ שליט"א מרבני הכולל, דער פטרון המעמד הנגיד ר' יחזקאל פעדער וועלכע האט דערביי ערהאלטן א מתנת קודש פונעם רבי'ן שליט"א א לעדערנע תהילים מיט אן הקדשה בכתב יד קדשו.
באזונדער האט דער רבי פארטיילט א מתנה פאר די אינגעלייט א הערליכן וויזניצער בעכער, און פאר די תומכי הכולל האט דער רבי פארטיילט א פלאש וויין באגלייט מיט ווארימע ברכת הקודש.
אלס נואם הכבוד האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול רבי אברהם צבי דירנפעלד חבר בד"ץ מחזיקי הדת בעלזא און ראש כולל עיון דבעלזא אין ארץ ישראל וואס האט גערעדט בשבחם פון די חשובע תלמידי חכמים היוצאים להוראה באגלייט מיט עובדין נפלאים בגודל כח התורה.
די מעמד האט זיך געשלאסן מיט א שיינעם ריקוד לכבוד התורה ולומדיה, אויף די ניגוני ההקפות פון שמחת תורה, ווען דער רבי שליט"א הייבט דעם ציבור טפח וטפחיים מיט גרויס התלהבות.















תגובות