top of page
לעצטע הכנות אין טשענגער אונגארן צום דהילולא קדישא פון מופת הדור הגה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זי"ע
זונטאג פ' ויצא • ג' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש שטייענדיג א קארגע מעת לעת צום גרויסן טאג, דעם יומא דהילולא קדישא ה' כסלו, גרייטן זיך חסידים ואנשי מעשה פון איבער דער גאנצער וועלט מיט געהויבענע געפילן און בהכנה דרבה, אריינטרעטנדיג אין דעם האי יומא דקא גרים, פון הרה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זי"ע וועמענס הונדערט און דריי און פופציגסטע יארצייט געפאלט אויס קומענדיגן ה' כסלו הבעל"ט. פילע אידן וועלן האבן די זכי צו פוקד זיין דעם ציון הקדוש אין דעם טאג פון די יארצייט, מתפלל זיין ביים ציו


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש האדמו"ר מראחמיסטריווקא וויליאמסבורג איז מעיין אין א ספר פארנט פון ביתו נאווה קודש דעם ערב שבת ווארטנדיג אויף א קאר קיין בארא פארק וואו די רבי האט געוויילט שבת. די וואך בשעת'ן באזוך פון חברי הנהלת כולל חבת ירושלים לצדקת רבי מאיר בעל הנס בבית האכסניא פון האדמו"ר מסאטמאר אין ירושלים, האבן זיי מכבד געווען דעם רבי'ן מיט די זכי' אריינצושריבן חתימת יד קדשו אין דעם היסטארישן הקדשה ביכל לטובת הכולל וואס אנטהאלט אין זיך פילע הקדשות פו


הילולא קדישא פון הרה"ק רבי אברהם מרדכי מקאמארנא זי"ע בצל נכדו האד' מקאמארנא | בילדער גאלעריע
זונטאג פ' ויצא • ג' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר


וראה בנים לבניך: מעמד הנחת תפלין פון אייניקל ביי האד' מראחוב זוהן פון בנו האד' ממעזיבוזש
זונטאג פ' ויצא • ג' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר לרגל שמחת הבר מצווה פון הב' משה ני"ו זון פון כ"ק אדמו"ר ממעזיבוזש שליט"א זון פון כ"ק אדמו"ר מראחוב שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ רבי מתתיהו סאפרין זצ"ל זון פון כ"ק אדמו"ר מקאמרנא שליט"א, איז היינט אינדערפרי פארגעקומען די מעמד הנחת תפילין בבית מדרשו פונעם זיידן כ"ק אדומ"ר מראחוב שליט"א אין די רמת גן געגענט נעבן בני ברק, וואו דער רבי שליט"א האט מכבד געווען זיין פאטער מיטן הנחת תפילין. נאכן ווארימע דאווענען איז


הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א באזוכט ביים פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אין ירושלים
זונטאג פ' ויצא • ג' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יחיאל רייכמאן די וואך האט הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א אפגעשטאט א באזוך אין ירושלים במעונו פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, זייענדיג צוגאסט אין ארץ ישראל לכבוד די מסע המרומם פון האדמו"ר מסאטמאר. הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א האט אויפגענומען דעם חשובן דאסט מיט גרויס שמחה און עס איז געשאפן געווארן א שיינעם שמועס בדברי תורה ועניני דיומא, נאכן באזוך האבן זיך די צוויי מאורות הגדולים געזעגענט בברכות לר


לקיים בנו חכמי ישראל: הגה"צ אבד"ק יאזלאוויץ שליט"א אריינגעפירט אין שפיטאל צוליב שווערע אינפעקציע
זונטאג פ' ויצא • ג' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש די נאכט מוצאי שבת קודש איז הגה"צ רבי משה מאיר לעדערמאן שליט"א אבד"ק יאזלאוויץ וראש ישיבת טל תורה אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א ערנסטע געזונט צושטאנד צוליב א שווערע אינפעקציע וואס האט באטראפן דעם רב שליט"א. דער רב שליט"א האט געליטן שווערע יסורים אין לויף פון שבת, און שפעט ביינאכט מוצאי שבת איז ער אריינגעפירט געווארן דורך די חברה הצלה צו די מיימאנידיס שפיטאל אין בארא פארק פאר באלדיגע אונטערזוכונגען. וואו עס שיינט ליידט דער רב


בזמן שהצדיק בעיר: האד' מקארלין סטאלין וועט אנקומען אויף קורצן באזוך קיין ניו יארק
מוצאי שב"ק פ' תולדות • ב' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי קארלין סטאלין אין אמעריקא זענען מלאים התרגשות זיך גרייטנדיג לקבל פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א וועלכער איז ערווארטעט די וואך אויף א קורצן באזוך אין ניו יארק, לחזק עדת צאן מרעיתו מעבר לים. די רבי שליט"א וועט אנקומען צוגאסט קיין ניו יארק דעם דינסטאג ויצא פארמיטאג און וועט זיך אויפהאלטן אין בארא פארק די נאכפאלגנדע צוויי טעג. דורכאויס דעם קורצן באזוך וועט די רבי מתפלל זיין על קברו פון זיין פאטער הרה"ח המפו


נעילת ימי השמחה: צענטראלער שמחת השבע ברכות לרגל די חתונה בחצר הקודש ערלוי
מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר ברגשי גיל ושמחה האבן חסידי ערלוי מיטגעהאלטן די צענטראלער שבע ברכות לכבוד די חתונה פון די חתן א אייניקל פון כ"ק האדמו"ר מערלוי שליט''א, א זון פון בנו יחידו הרה"צ ר' שלום צבי סופר שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאסוב וויזניץ שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג רבי טובי' ליבערמאן שליט"א משפיע אין ישיבת פני מנחם זון פון הגה"צ רבי יהושע ליבערמאן ראש ישיבת שומרי החומות, און איידעם פון כ"ק גאב"ד קרית צאנז


פרייד צווישן חסידי באבוב אין לינדען צום התמנות פון הגה"צ רבי יחזקאל ליפשיץ שליט"א חדב"ן אלס דומ"ץ הקהלה
מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט איבערגיסענדע פרייד איז אויפגענומען געווארן צווישן חסידי באבוב די בכל אתר ואתר און תושבי לינדען בפרט, די ידיעה מרנינה, אז בהורמנא דמלכא פון כ”ק אדמו”ר מבאבוב שליט”א איז אויפגענומען געווארן חתנו חביבו הגה"צ רבי יחזקאל ליפשיץ שליט"א לכהן פאר צו דינען אלס דיין ומורה צדק דקהלה קדושה דברי שלמה באבוב אינעם עיר ואם בישראל לינדען. די באבובער קהילה אין לינדען ציילט היינט צוטאגס איבער צוויי הונדערט משפחות און איז כסדר מרחיב די גבולי ה


שמחת הפארשפיל פון אור אייניקל ביי האד' מנאראל צום שמחת החתונה די וואך אין ניו יארק
מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר דעם שבת איז פארגעקומען די שמחת האויפרוף פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מנאראל שליט"א, אייניקל פון זיין איידעם כ"ק אדמו"ר מקאזניץ סיגעיט זצ"ל, די חתן א זון פון זיין איידעם הרב שמואל שלום אונגאר שליט"א, זון פון הגה"צ ר' מאיר מרדכי דוד אונגאר שליט"א דומ"ץ האליין, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' פנחס דוד פרענקל שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מוויעליפאלי שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק טשאקאווא קערעסטיר שלי


האד' מסאדיגורא ירושלים אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין גליל לקראת די חתונה פון בתו הכלה די וואך
זונטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש די וואך האט זיך כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא ירושלים שליט"א ארויסגעלאזט אויף א נסיעה בראש קהל חסידיו צו די מקומות הקדושים אין גליל, לקראת די שמחת החתונה פון בתו הכלה וואס קומט פאר די וואך מיטוואך הבעל"ט אין ירושלים. אינצווישן אנדערע האט די רבי שליט"א מתפלל געווען ביי די ציונים הק' פון די תלמידי הבעל שם טוב אויפן בית החיים העתיק אין טבריה, און ביים ציון הק' פון הרה"ק רבי ישראל מהוסיאטין זי"ע וואס ליגט אויך באהאלטן אויפן אלטן בית החיים א


פיבערהאפטע הכנות אין ירושלים עיה"ק צו געהויבענע מעמדים בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
זונטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די צייט וואס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט שוין געלאנדעט אויפן אייראפעאישן באדן, זייענדיג על אם הדרך אויפן מסע המרומם קיין ארה"ק, גייען אן די פיבערהאפטע הכנות בחוצות ירושלים מקבל פנים צו זיין פני קדשו, און חסידי סאטמאר זענען אין טיפער שפאנונג, גרייטנדיג זיך מיט אן הכנה דרבה מקבל פנים צו זיין דעם רבי'ן שליט"א ביים אנקומען קיין ירושלים עיה"ק. מארגן מאנטאג נאכמיטאג וועט די רבי פארלאזן גריכנלאנד וואו די רבי האט זיך אויפגעהאלטן


גרויסן ציבור אין שפיץ פון אדמור"ים ורבנים ביי שמחת הבר מצוה פון אור אייניקל ביי האד' משאץ
זונטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש א גרויסן ציבור חסידים ומעריצים, בראשות אדמור"י ורבני עיר בני ברק האבן פארגאנגענע וואך מיטגעהאלטן די שמחת הבר מצווה פאר אן אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א, אייניקל ביי בנו הרה"צ רבי שלום אלעזר מאסקאוויטש שליט"א, א זוהן פון זיין איידעם הרה"ג רבי יעקב ישראל רייכמאן שליט"א אייניקל פון הנגיד החסיד ר' חיים דוד רייכמאן שליט"א פון לאנדאן.


צוזאמקום פון הונדערטער יוצאי ישיבת טשעבין ביי שבע ברכות בבית ררחמיסטריווקא - טשעביו פארגעקומען אין בארא פארק
מוצאי שב"ק פ' חיי שרה • כ"ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה נחום, JDN א פראכטפולע שמחת השבע ברכות איז פארגעקומען פאריגע וואך צוגעשטעלט דורך איגוד בחורי טשעבין, לכבוד די חתונה פון החתן א זוהן פון הגה"צ ר' שמואל דוד שניאורסאן שליט"א משגיח ישיבת טשעבין, זון פון הגה"צ ראש ישיבת טשעבין שליט"א, עב"ג די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון ספרינג וואלי. ביים שבע ברכות וואס איז פארגעקומען אין די פראכטפולע ליפשיץ זאל אין בארא פארק, זענען געלאדנט געווארן


קַדֶּשׁ לִי כָל בְּכוֹר: שמחת פדיון הבן אין הויפן פון ביאלא - קאפיטשניץ - קוזמיר - לעלוב בית שמש
מוצאי שב"ק פ' חיי שרה • כ"ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער שמחת פדיון הבן פון היניק זוהן פון הרה"צ רבי יעקב יצחק טאוב שליט"א איידעם ביי כ"ק האדמו"ר מביאלא שליט"א, אור אייניקל פון האדמור"ים מקאפיטשניץ, קוזמיר, און לעלוב בית שמש, די שמחה איז פארגעקומען אין גרויסן ביאלא ביהמ"ד אין ירושלים אין שפיץ פון די זיידעס האדמור"ים שליט"א.


"כינוס עסקנים" בחצה"ק זוטשקא אלס הכנה צום ויעדה הגדולה "כי בא אורך" צום אויפבוי פון ביהמ"ד הגדול והחדש זוטשקא
מוצאי שב"ק פ' חיי שרה • כ"ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש ווי שוין ברייט באריכעט, האט מען דעם פארגאנגענעם חודש תשרי באנייעט דער צייטווייליגער נייער היכל הגדול פונעם זוטשקא הויף אין בני ברק, הארט נעבן דעם ביז יעצטיגן בית המדרש, צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור המסתופפים בצל קדשו פון כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א, אצינד ווען מען גרייט זיך צום בעפארשטייענדע מעמד אדיר "כי בא אורך", וואס וועט פאראייניגן הונדערטער חסידים ובאי חצר הקודש זוטשקא, ווי מען וועט אריינטאנצן אין א אלוועלטליכע ק


קרית יואל: שמחת התנאים פון הכלה בת הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו משב"ק האד' מסאטמאר
פרייטאג פ' חי שרה • כ''ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך דאנערשטאג איז כ''ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען אין שטוב פונעם משב"ק ויד ימינו הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו צום שמחת התנאים פון בתו הכלה, מיט די חתן א זוהן פון הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד מהרש"א דקהל יטב לב. עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער דעם רבינס בעפארשטייענדע נסיעה קיין אתרא קדישא מירון, די קדושה פון אתרא קדישא מירון און פילע מנהגים, מעשיות און נסים וואס עס איז דא אין מירון


הילולא קדישא פון הרה"ק בעל עטרת משה ממאקאווא זצ"ל אפגעצייכנט בצל בנו גאב"ד מאקאווא
דאנערשטאג פ' חי שרה • כ''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דוד מלכה,JDN מיט גרויס התעוררות איז ביי מאקאווא חסידים און תלמידים אפגעראכטן געווארן דער יומא דהילולא קדישא פון הגה"ק בעל עטרת משה ממאקאווא זצ"ל, בצל הקודש פון בנו ממלא מקומו כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א אין קרית אתא, באותו מקום וואו דער בעל ההילולא האט מפיץ געווען תורה ויראה פאר צענדליגער יארן נאכאנאנד. מאנטאג נאכט בליל ההילולא, איז דער רב שליט"א ערשינען אין די נייע ישיבה קטנה "עטרת משה מאקאווא" אין קרית אתא, וו


געהויבענער שבת אין לאנדאן מיט כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א
דאנערשטאג פ' חי שרה • כ''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN אין עיר הבירה לאנדאן איז די וואך געווען צוגאסט כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א, על ישראל הדרתו אין בארא פארק. דער רבי שליט"א איז דאנערשטאג צופרי אנגעקומען אין שטאט, און איז אפגעווארט געווארן ביים היטרוי עירפארט, פון וואו מ'איז אריינגעפונען צו דער אכסניא בבית הנגיד ר' יחזקי' קריטצלער הי"ו, וואו אידן זענען באלד געקומען אפנעמען שלום, און אריינגעגאנגען ליהנות עצה ותושי'. דאנערשטאג אין אווענט האט דער רבי שליט"א אפ


ענבי הגפן: שיינער שידוך בבית סקאליע - פשעווארסק וומסב"ג - בריגל
מיטוואך פ' חי שרה • כ''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בשמחה וחדוה איז דעם דינסטאג נאכט פארגעקומען די שמחת הלחיים לרגל די שידוך שליסן פון הכלה תחי' בת יחידה ביי הגה"צ ר' איציקל רייך שליט"א אבד"ק פשעווארסק וומסב"ג, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, מיט החתן הרב משה טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ ר' יהושע העשיל טייטלבוים שליט"א מבריגל זוהן פון הרה"צ ר' חיים אלישע טייטלבוים זצ"ל מבריגל און איידעם ביי הגה"צ ר' מאיר יצחק שמילאוויטש שליט"א אב"ד רחובות הנהר. די מסיבת לחיים איז אפגעראכטן


bottom of page

