תורתו מגן לנו: שיינעם הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד הגדול צאנז קלויזענבורג געפייערט דעם ל"ג בעומר
- לפני 4 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מוצאי שב"ק פ' במדבר • כ"ט אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם ל"ג בעומר איז פארגעקומען די גרויסארטיגע חגיגת הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום ביהמ"ד הגדול צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק, נדבת הנגיד החסיד ר' מרדכי אהרן גאמבא שליט"א, נאכגעפאלגט מיטן געהויבענעם שולחן הטהור לכבוד היום דורך כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א.
נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אין שטוב פונעם נדבן אויף די 47'סטע גאס צווישן 14 און 15 צום כתיבת האותיות, דער רבי האט געשריבן די לעצטע אות פונעם ספר תורה, און פארצויגן א שמועס מיטן שוואגער כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א, דערנאך האט דער רבי שליט"א מעריך געווען א שולחן לחיים, און געוואנטשן די נדבן ומשפחתו, און דער נדבן איז געגאנגען הגבה אויפן ספר.
מאסן חסידים האבן באגלייט דעם ספר תורה ברחובה של עיר, און דער רבי שליט"א זעלבסט איז מיטגעגאנגען א גאנצן תהלוכה אונטערן חופה ביזן אנקום צום ביהמ"ד הגדול.
פארנט פון ביהמ"ד האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן ספעציעלע ריקודין מיט די ספר תורה, און דאן אריינגעפירט די ספר תורה אין ביהמ"ד הגדול ווי דער רבי האט ממשיך געווען מיט די ריקודי קודש, בעת ווען דער פיל געפאקטער ביהמ"ד מלא על כל גדותיו טאנצט מיט בשמחת התורה, ווי עס איז געזינגען געווארן ניגוני שמחה לכבוד התורה און ניגוני ל"ג בעומר.
דערנאך האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דעם נדבן צו טאנצן מיטן ספר תורה, דערויף דער שוואגער כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א, הגה"צ ר' יצחק הערשקאוויטש שליט"א דומ"ץ צאנז קלויזנבורג וויליאמסבורג, און די בני המשפחה, דערויף האט דער רבי שליט"א נאכאמאל אפגעראכטן א ספעציעלע ריקוד אינאיינעם מיטן חשובן נדבן.
תיכף נאך די ריקודים האבן די עסקנים בליץ שנעל אנגעגרייט דעם היכל בית המדרש הגדול צו די עריכת שולחן הטהור לכבוד היום ולגומרה של תורה.
















