top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ל"ג בעומר במחיצת האד' מראחמיסטריווקא אין מירון און ירושלים אריבער מיט גרויס דערהויבנקייט

  • 13 במאי
  • זמן קריאה 4 דקות

מיטוואך פ' במדבר • כ"ו אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

דעם גרויסן טאג פון ל"ג בעומר בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א איז געווען איין לאנגע יומא אריכתא, א חטיבה אחת פון צוויי מעת לעת'ן פול מיט התעלות, התרוממות און דביקות אינעם תנא האלקי רבן שמעון בר יוחאי.


די הייליגע עבודה האט זיך שוין אנגעהויבן זונטאג אויפדערנאכט, ליל ל"ב בעומר, ארום דריי אזייגער, ווען דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אין ירושלים צו תפילת מעריב און ספירת העומר, און דערנאך, ארום פיר אזייגער פארטאגס, זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין הר הקודש מירון. ארום זיבן אזייגער אינדערפרי איז דער רבי אנגעקומען צום אתרא קדישא, וואו ער האט זיך איינגעקווארטירט אין די אכסניא בבית משפחת האלפערט און געגאנגען אין די מקוה פון מוסדות אור הרשב"י.


שפעטער, ארום ניין אזייגער, האט מען געדאוונט שחרית. נאך א לענגערע הפסקה פון עטליכע שעה, ביז ארום זיבן אזייגער נאכמיטאג, איז דער רבי אריינגעקומען צו קריאת התורה און שפעטער געדאוונט מנחה.


ארום צען אזייגער ליל ל"ג בעומר האט דער רבי געדאוונט מעריב און פארגעזאגט ספירת העומר ברוב התלהבות, אריינטרעטנדיג אינעם גרויסן טאג פון ל"ג בעומר.


תיכף נאך מעריב איז דער רבי אריינגעקומען צום מעמד ההדלקה אין די אכסניא, וועלכע איז געווען איבערגעפילט עד אפס מקום מיט הונדערטער אידן וואס האבן זיך צונויפגעפרעסט אינעם דירה, וואו דער רבי האט געצינדן ליכט און פארגעזינגען די פיוטים "בר יוחאי" און "ואמרתם" שטיקל ביי שטיקל מיט גרויס דביקות.


דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן די חאלאקע'ס פאר פילע ילדי חן, וואו דער רבי וואונטשט יעדן קינד ווארעם אז ער זאל וואקסן אן ערליכער איד בתורה ועבודה ויראת שמים, און פארטיילט מטבעות לשמירה, ברכה והצלחה.


כחצות הלילה, ארום איינס אזייגער ביינאכט, איז דער רבי ארויף על גג הציון הק' פונעם הייליגן תנא, און ווי נאר די ידיעה האט זיך צושפרייט האבן הונדערטער אידן געשטראמט מיטצוהאלטן דעם מעמד הוד.


דער רבי איז אנגעקומען מיט א גאלף-קאר ביזן מקום המדורה, וואו ער האט אריינגעלייגט שמן און וואטע אין די מדורה פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, אינאיינעם מיט קוויטלעך פון נדיבים בעם, און דארט פארגעזאגט די פיוטים און געטאנצן מיט אן אומבאשרייבליכע שמחה.


א זעלטענע ערשיינונג האט זיך אפגעשפילט ווען דער רבי איז אריין אינעם הייליגן מערה, מקום קודש הקדשים. כאטש ער פירט זיך נישט אזוי יעדן יאר, צוליב דעם געדרענג וואס הערשט אום ל"ג בעומר, נישט וועלנדיג זיין קיין "חב לאחריני", האט דער רבי דאס יאר געשפירט פאר א חוב אלס שליח פון "ועד הרבנים" מתפלל צו זיין אויף די תורמים, און היות וואס די מערה איז דאס יאר געווען היבש ליידיגער ווי יעדעס יאר.


דער רבי האט אנגעהויבן זאגן ספר רביעי וחמישי שבתהלים פאר קרוב צו צוויי שעה, מיט גרויס התעוררות, און א לענגערע וויילע שופך שיח געווען מיט הייסע תפילות ותחנונים און טייכן טרערן לישועת ישראל בכלל ובפרט.


דינסטאג אינדערפרי, בעיצומו של יום, ארום אכט אזייגער, האט דער רבי געדאוונט שחרית אין די אכסניא, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט צוריק קיין ירושלים עיה"ק.


תיכף נאכן אנקומען האט מען געדאוונט מנחה, און ארום פינף אזייגער נאכמיטאג האט זיך אנגעהויבן א הערליכער מעמד פון חאלאקע'ס פאר הונדערטער ילדי חמד, וואס האט זיך פארצויגן קרוב צו א שעה צייט.


דערנאך איז דער רבי אריין אינעם היכל הטישן, וואו ער האט געצינדן ליכט לכבוד דעם תנא האלקי און ארויס אין א פייערדיגן טאנץ ברוב התלהבות אינאיינעם מיט'ן גאנצן עולם, וואס האט געזונגען לכבוד היום.


דערנאך איז דער רבי ארויף אויפן פלאטפארמע און זיך געוואשן צום טיש לכבוד היום, וואו עס איז אפגעראכטן געווארן א סיום אויפן ספר הזוהר הקדוש אין ראם פון חבורת "אתכנשו" דורך דעם רבינ'ס שוואגער, הרה"צ רבי מנחם בן ציון רבינוביץ שליט"א.


דער קדיש נאכן סיום איז געזאגט געווארן דורך הרה"ח ר' אלטר מרדכי בן מרים שפיגל לרפו"ש, און דער רבי האט געזאגט דעם יהי רצון נאכן סיום מיט גרויס התעוררות.


נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי ארויסגעקומען צום צענטראלן מעמד ההדלקה אויפן ריזיגן שטח ביים בנין מוסדות ראחמיסטריווקא אויף רחוב גבעת משה. די ארומיגע גאסן זענען געווען געשטאפט מיט טויזנטער אידן וואס זענען געקומען מיטהאלטן די געהויבענע מאמענטן.


דער זכות ההדלה איז אפגעקויפט געווארן דורך הנגיד ר' מתתיהו סווערדלאף הי"ו פון בארא פארק. דער רבי האט געצינדן די מדורה מיט אן אש קודש און מיט א שטארקע התעוררות פארגעזינגען די זמירות און פיוטים חזן וקהל. דערנאך האט מען געזינגען פרייליכע ניגונים, ווען דער רבי האט שטארק מעודד געווען די ריקודין מיט א פאטשיילע, מיט אן אומבאשרייבליכע שמחה און גרויס דערהויבנקייט.


צום סוף פונעם מעמד האט דער רבי געוואונטשן גאר הארציגע לענגערע ברכות פארן גאנצן ציבור, מען זאל פועל'ן ישועות און רפואות בזכות התנא האלקי. דאן האט דער רבי פארגעזונגען דעם פיוט "רבונו של עולם" וואס מען זאגט נאך ספירת העומר, און דערביי אנגעוואונטשן אז יעדער זאל זוכה זיין "להטהר ולהתקדש בקדושתך העליונה" און זיך מקרב זיין צום באשעפער און צו ביאת משיח צדקנו.


דערנאך איז דער רבי צוריק אריין צום המשך הטיש, וואו עס זענען ווייטער פארגעקומען חאלאקעס פאר קינדער ביז ארום צוועלף אזייגער ביינאכט, ווען דער טיש האט זיך פארענדיגט.


פארטאגס, ארום פיר אזייגער, האט דער רבי געדאוונט מעריב, און שפעטער, ארום זעקס אזייגער אינדערפרי, געדאוונט שחרית כוותיקין, שליסנדיג דעם לאנג פארצויגענעם עבודה פון גאנצע צוויי טעג בלי הפסק.



תגובות


bottom of page