top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לספוד לצרה: הארצרייסנדע בכיות ביי מסע הלוי' פון הרבנית הצדיקת ממעזיבוז ע"ה אשת חבר האד' ממעזיבוז

  • 14 במאי
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' במדבר • כ"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

בקול נהי בכי תמרורים האבן פילע אידן היינט באגלייט למנוחות הרבנית הצדיקת ממעזיבוז מרת רחל ראזנבוים ע"ה, אשת חבר פון יבלחט"א כ"ק אדמו"ר ממעזיבוז שליט"א, וועלכער איז ליידער פריצייטיג אוועקגעריסן געווארן נאכ'ן זיך מוטשען מיט די ביטערע מחלה די לעצטע צוויי יאר.


די לוי' איז ארויס פון רחבת ביהמ"ד מעזיבוז אויף רחוב רמח"ל אין פתח תקוה, בראש המלוים במשך די גאנצע לוי' האט זיך אנגעזען איר געהויבענעם מאן, כ''ק האדמו"ר ממעזיבוז שליט''א, איר שווער, כ"ק אדמו"ר מראחוב שליט"א, און איר זיידע כ"ק אדמו"ר מקאמארנא שליט"א, וועלכע האבן אינאיינעם באוויינט די שווערע אבידה מיט'ן גרויסן ציבור חסידים ואנשי מעשה וואס האבן זיך פארזאמלט אפצוגעבן דעם כבוד האחרון.


צוערשט האט מספיד געווען דער זיידע האדמו"ר מקאמארנא, זיצנדיג אין קאר, און דערנאך האט מען געהערט הספדים פון הגה"צ המקובל רבי יצחק אבחצירא שליט''א פון צפת, און דער מגיד מישרים הגאון רבי אשר דרוק שליט''א וואס האט אויך גערעדט איבער די וויכטיגקייט אוועקצושטעלן א קרן יתומים.


דערנאך האט מספיד געווען הרה"צ ר' יוסף סאפרין שליט"א איינציגער ברודער פון די נפטרת די רביצין ע"ה, און דערנאך האט מען געהערט די הארצרייסנדע דברי קינה ובכי פונעם גרויסן מאן דער מעזיבוזער רבי, וועלכער האט אנגעהויבן מיט יאמערליכע בכיות פאר לענגערע מינוטן נישט קענענדיג ממשיך זיין פונעם קול חנוק מדמעות. דערנאך האט ער לאנג ארומגערעדט בשבחה וערכה הרם פון אשת חיל עטרת בעלה, די געוואלדיגע יראת שמים און צדקות נאך פון די יונגע יארן, די קבלת יסורים באהבה, די מדת החסד און הכנסת אורחים מיט וואס זי איז געווען אזוי אויסגעצייכנט.


אינמיטן איז דער רבי שליט"א אריבער צו לשה"ק, כדי אלע זאלן קענען פארשטיין, און דערביי מעורר געווען דעם ציבור מקבל צו זיין קבלות טובות און שטרעבן צו גיין אין אירע וועגן. דערנאך האבן די צוויי קינדער די יתומים, א בחור מיט א יונגל, געזאגט קדיש, וואס האט מעורר געווען ביים ציבור שטארקע בכיות. עס איז געווען א רירנדע מחזה במשך די גאנצע לוי' ווען דער רבי באגלייט אחר מטתה פון די רביצין אנגעכאפט מיט די צוויי יתומים.


שפעטער איז די מטה אנגעקומען צום רחבת ביהמ"ד ראחוב אין רמת גן, צוערשט האט מספיד געווען דער שוואגער הרה"ג ר' שלמה שפירא שליט''א, און דערנאך האט מספיד געווען כ"ק אדמו"ר מראחוב שליט''א.


די קינדער האבן געריסן קריעה, און געזאגט קדיש. שפעטער איז מען אנגעקומען צום וויזניצער בית החיים, וואו די רביצין איז געקומען לקבורה הארט נעבן דעם אהל הק' פון איר זיידן, דער ראחוב'ער רבי זצ"ל. בשעת סתימת הגולל האט מען געזינגען פילע ניגוני התעוררות, די ד' בבות, און דער ניגון וואס איז מיוחס צום בעשטה"ק.


א רירנדע מאמענט איז געווען ווען דער רבי האט איבערגעגעבן די צוואה פון די רביצין, אז מ'זאל זינגען די נוסח פון כל נדרי, און דער רבי האט מיט'ן ציבור פארגעזינגען די נוסח פון כל נדרי, אריינברענגענדיג א הייליגע און פארכטיגע שטימונג פונעם הייליגן טאג, ובפרט ווען דער רבי האט פארגעזאגט "ונסלח" מיט'ן קרעטשניפער נוסח. נאכ'ן סתימת הגולל האבן די קינדער געזאגט קדיש, און דאן האט דער ראחוב'ער רבי געזאגט קדיש.


במשך די לוי' האבן זיך אנגעזען די השתתפות פון די גרויסע פעטערס, האדמורי"ם מגארליץ, שומרי אמונים אשדוד, לינסק, און אזוי אויך האדמורי"ם מבישטנא פתח תקוה, קליוולאנד, קעכניע, און נאך.



תגובות


bottom of page