הלילה הולך אחר היום: האד' מתולדות אהרן אין אתרא קדישא מירון למחרת ל"ג בעומר
- לפני יום אחד (1)
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' במדבר • כ"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארלאפענעם מוצאי ל"ג בעומר תיכף נאכ'ן געהויבענעם טיש לכבוד היום, האט זיך כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א ארויסגעלאזט אין שפיץ פון מערערע שיירות חסידים, קיין אתרא קדישא מירון, פוקד צו זיין דעם ציון הק' פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי. די רייזע איז אריבער מיט פארשידענע טלטולי דרכים, ביז ארום דריי אזייגער פארטאגס ווען אלע באסעס האבן ענדליך דערגרייכט מירון.
דער רבי שליט"א איז ארויסגעפארן מיט א ספעציעלע "ספרינטער" אויטא כדי צו פארגרינגערן די לאנגע וועג, און קרוב צו זעקס אזייגער צופרי, ביים נץ החמה, איז דער רבי אנגעקומען קיין מירון.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו איינע פון די צימערן על גג הציון, און נאך עטליכע מינוט ארויסגעקומען צום מעמד הדלקה, דער רבי האט צוגלייגט וואטע אויף די מדורה וואס האט נאך געברענט פון פריער און ארומגעארבעט כדרכו בקודש, ווי זיין שטייגער בשנים קדמוניות, בשעת דער ציבור זינגט ניגוני התעוררות רחמים.
די זכות ההדלקה אפגעקויפט געווארן פארן סכום פון 22 טויזנט דאללאר דורך איינעם פון די נדיבים וואס איז געווען אנוועזנד.
דערנאך האט דער רבי געצינדן די מדורה און זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ לכבוד התנא האלוקי, ספעציעל ביי "אמר רבי עקיבא" וואס דער רבי האט איבער'חזר'ט איינמאל און נאכאמאל, און געמאכט אויסטערלישע תנעות, בשעת דער ציבור הייבט זיך טפחיים על גבי קרקע.
דער בעל מנגן ר' מאיר סטאריק האט אנגעפירט מיט די ניגונים, כאטש עס איז נישט געווען קיין כלי זמר צוליב דעם וואס עס איז שוין געווען למחרת ל"ג בעומר.
צום שלוס האט דער רבי געזאגט "ביי קדשים הלילה הולך אחר היום, ס'איז נאך א שטיק רבי שמעון", און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן גאנצן ציבור, דערנאך האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה וזמרה. דער רבי האט געהייסן אויסרופן אז די חסידים וואס פארן צוריק קיין ירושלים נאך פאר'ן דאווענען, זאל נישט פארגעסן צו ליינען קריאת שמע בזמנה. דער רבי איז פון דארט געפארן קיין עיר הקודש צפת, וואו ער וועט זיך אויפהאלטן אויף מנוחת הנפש אין די אכסניא בבית הנגיד ר' יצחק משה יאגודה הי"ו, ביז קומענדיגן יום טוב שבועות.












