top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הונדערטער מיטגעהאלטן מעמד ההדלקה דורך המשפיע הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א אין מירון

  • לפני 38 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

מוצאי שב"ק פ' במדבר • כ"ט אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN

דעם מוצאי ל"ג בעומר, איז אנגעקומען קיין מירון הגה"צ המשפיע רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ריש חבורת נחלת יעקב, נאכ'ן קלעטערן דורך די וועלדער פאר שעות ארוכות. נאך א קורצע אפרו בבית האכסניא, איז דער משפיע זיך געגאנגען מטהר זיין אין די פראוויזארישע מקוה אין חצר פון משפחת מילער אין מושב מירון, כהכנה צום מעמד הדלקה.


נאך די מקוה איז דער משפיע אנגעקומען צום מתחם הדלקה, און מעריך געווען א מעמד קדוש ונורא בהשתתפות טויזנטער אידן וואס האבן איבערגעפילט די הויכשטאקיגע פארענטשעס, זייענדיג היי-יאר די סאמע-גרעסטע הדלקה אין אתרא קדישא מירון, און איז געווען א גירא בעיני דשיטנא. מ'האט געזינגען אסאך ניגוני התעוררות, און דער משפיע האט משמיע געווען לענגערע קאכעדיגע דיבורי הכנה, זיך אויסדרוקנדיג מיט זעלטענע לשונות פון שמחה וקורת רוח אז ער האט זוכה געווען אנצוקומען קיין מירון.


נאכ'ן אנצינדן די מדורה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין עלאין מיט גרויס ברען בות, ספעציעל ווען דער משפיע האט אנגעהויבן דעם באוואוסטער מירונ'ער ניגון "מיר זענען אין מירון ביי רבי שמעון", און זיך ארויסגעלאזט אין א קאדאטשקע אויף די בימה פאר איבער א האלבע שעה מיט גרויס התלהבות.


נאך די ריקודין האט דער משפיע אויסגערופן אז דער עולם זאל זיך מזרז זיין כדי מ'זאל נאך קענען דאווענען מעריב און ספירת העומר במתינות פאר'ן עלות השחר. דער משפיע איז דאן ארויף צום ציון און אפגעראכטן אן עבודה נלהבה פון מעריב און ספירת העומר פאר איבער א שעה צייט, און דער ציבור איז אריבער געבן קוויטלעך. דערנאך האט זיך דער משפיע צוגעגרייט צו תפלת שחרית, און אנגעהויבן דאווענען אין א פריוואטע צימער על גג הציון, פאר שמו"ע, ביים נץ החמה, איז ער ארויסגעקומען צום היכל רבי אלעזר, און נאכ'ן דאווענען איז ער צוגעגאנגען צוגעדעקטערהייט מיט'ן טלית צום ציון און מתפלל געווען מיט יאמערליכע בכיות פאר א האלבע שעה צייט. נאכ'ן דאווענען איז דער משפיע צוריק אהיימגעפארן קיין ירושלים.



bottom of page