שיינעם שבת אין בני ברק מיט הגה"צ אבד"ק פשעווארסק לאנדאן שליט"א בנו הגדול פון האד' מפשעווארסק
- לפני יום אחד (1)
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' במדבר • כ"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
אין די טעג האבן פשעווארסקער חסידים אין ארץ ישראל מקבל פנים געווען דעם חשובן גאסט, הגה"צ אבד"ק פשעווארסק לאנדאן שליט''א, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אויף א באזוך לרגל די שמחת השלום זכר און דער ברית פון א אייניקל, בן הבכור ביי זיין בן זקונים הרב יעקב לייזער שליט''א איידעם ביי הרה"צ רבי שלמה זלמן וואזנער שליט"א, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א און אן איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א.
אויף שבת איז דער רב שליט"א געווען צוגאסט אין בני ברק, פרייטאג צונאכטס האט ער געדאוונט אין ביהמ"ד הגדול בוהוש, וואו ער האט פארן דאווענען שלום גענומען פונעם מחותן, כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, און שפעטער האט ער מיטגעהאלטן דעם טיש און שמחת השלום זכר וואס איז פארגעקומען ביים מחותן כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א.
שלש סעודות האט דער רב אפגעראכטן בבית האכסניא אין שטוב הרה"ג ר' יעקב יהושע ענגלענדער שליט"א, ראש ישיבת מאחנובקא בעלזא קביעות'דיגע בעל האכנסיא פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט''א אין בני ברק.
דער הויכפונקט פונעם שבת איז געווען די געהויבענע סעודת מלוה מלכה במוצאי מנוחה, וואס איז אפגעראכטן געווארן אויפן פשעווארסקער שטייגער. דער אכסניא איז געווען צר מהכיל דעם גרויסן עולם חסידים, מעריצים און יוצאי אנטווערפן וואס זענען געקומען מיטהאלטן די מלווה מלכה און הערן די סיפורי קודש וואס דער רב שליט"א האט דערציילט בטוב טעם, באגלייט מיט סיפורים וואס ער האט מקבל געווען פון אביו הגדול דער רבי שליט"א. עס האט זיך ספעציעל אנגעזען הגה"צ ראש ישיבת סאטמאר בני ברק שליט"א, מיט וועמען דער רב האט ארומגעשמועסט בנועם שיח.
כמנהג אבותיו הקדושים לבית פשעווארסק, האט דער רב שליט"א פארטיילט קנאבל פאר אלע משתתפים, און נאכן בענטשן זענען אלע אנוועזנדע אדורך באקומען כוס של ברכה.
אין די טעג נאך שבת האט דער רב שליט"א באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א וואו עס האט זיך אנטוויקלט א הערליכע שמועס איבער זכרונות פון הרה"ק מבעלזא זי"ע, ביי וועמען האדמורי"ם מפשעווארסק און טשערנאביל האבן זוכה געווען זיך צו ווייקן בשנות בחרותם. דער רב שליט"א האט אויך באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א, ביי מחותנו כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, און א ביקור גומלין ביי הגה"צ ראש ישיבת סאטמאר בני ברק שליט"א.




