top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גייסטרייכער "יומא טבא – יום שכולו התמדת התורה" אפגעראכטן דורך יוצאי ישיבת קאשוי אין שפיץ פון האד' מקאשוי

  • לפני יומיים (2)
  • זמן קריאה 9 דקות

מיטוואך פ' במדבר • כ"ו אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

הונדערטער תלמידי יוצאי ישיבת אוהל רפאל קאשוי האבן מיטגעהאלטן פארלאפענעם זונטאג אמור דעם ערשטמאליגן מעמד בקורות ימי ק"ק קאשוי 'יומא טבא' וואס האט געדינט אלס פולשטענדיגער יום שכולו תורה, ווען הונדערטער אברכים תלמידי יוצאי הישיבה פון איבער גרעיטאר ניו יארק זענען זיך צוזאמגעקומען צום מעמד 'יום התמדת התורה' אינעם "דאבל-טרי הילטאן" האטעל אין קאנעטיקעט, וועלכע איז ספעציעל אפגעדונגען געווארן כדי צו קענען אקאמאדירן דעם מאסיוון פלייץ פון יוצאים וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן אין דעם היסטארישן איניציאטיוו, און זענען געקומען אנטייל נעמען אין דעם הייליגן מעמד "יום התמדת התורה", אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א.


טויזנטער בלעטער גמרא, רש"י און תוספות, זענען געלערנט און דורכגעאקערט געווארן דורך די הונדערטער משתתפים און לומדים במשך דעם גאנצן טאג, צוריקברענגענדיג פאר א וויילע די נאסטאלגישע גלאררייכע תקופה ווען אלע זענען נאך געזעסן בין כותלי הישיבה און געטשאטשקעט מיט די תורה הקדושה מיט א געשמאק, אן קיין דאגות פון דעם 'רחיים על צוארו' און פונעם טאג-טעגליכן סדר היום.


הנהלת הישיבה וועלכע לייגט שטענדיג א שטארקן געוויכט צוזאמצוהאלטן די יונגעלייט וועלכע פארלאזן די ישיבה ווענט נאך די חתונה, אז אפילו אין די נאכפאלגנדע יארן זאל מען ווייטער אנהאלטן א נאנטן קשר מיט דעם הייליגן מקום תורה וואו מען האט פארבראכט די יסודות'דיגע ישיבה יארן, דורך פארשידענע מעמדים און פראגראמען, האט דאס יאר אהערגעשטעלט א גאר אייגנארטיגער און ערשטמאליגער חידוש'פולן מעמד, דער "יומא טבא" וואס האט צוזאמגענומען די פילע הונדערטער יוצאים תחת קורת גג אחד, אינאיינעם מקדיש צו זיין דעם גאנצן טאג פאר לימוד התורה, ווען דערביי האט מען מסיים געווען עטליכע גרעסערע מסכתות און טויזנטער דפים מיט א פאראייניגטן כח הרבים.


דער טאג זונטאג אמור האט זיך אנגעהויבן ווען אין אלע געגנטער לענגאויס ניו יארק און ניו דזשערזי האט קורסירט א ריזן פלאטע באסעס, וועלכע האבן אפגענומען דעם ציבור לאלפים צום גרויסן מעמד. אפילו פון די ווייטע מאנטריאל זענען די ארטיגע תלמידים שוין געקומען צו פארן פון פריער.


אן אנגענעמער קבלת פנים האט אפגעווארט דעם ציבור ביים איבערטרעטן די שוועל פון דעם מאיעסטעטישן טויער אריין צום האטעל געביידע. אויף אלע ווינקלען האבן זיך אנגעזען די פראפעסיאנעלע פינגער אפדרוקן פון די בארימטע "YF Productions" פירמע, אונטער די אנפירערשאפט פון ר' יוחנן פליישמאן הי"ו.


בראש פון די עסקנים האט זיך אנגעזען העסקן הנמרץ הרב אהרן עהרענטאל אינאיינעם מיט זיינע מיטארבייטערס פון די "פראזשעקטער" גרופ וועלכע האט במסירות נפלאה אנגעפירט די גאנצע מעמד מיט אלע איינצעלהייטן, און באגלייט דעם גאנצן פראיעקט בכל פרטיה מיט א שטארקע סוקסעס און סייעתא דשמיא.


אינעם צענטראלן גרויסן זאל איז געווען צוגעשטעלט דער בית המדרש וואו מען וועט לערנען דורכאויס דעם טאג, ווען אין די זייטיגע צימערן זענען געווען צוגערישט אלע אנדערע נויטיגע באדערפענישן, ווי חדרי אכילה ושתיה, דאווענען שטיבלעך, בתי כבוד און נאך.


ביים אריינקומען אינעם היכל הביהמ"ד איז דער ציבור איבערראשט געווארן פון דעם הערליכן און פראקטישן אויסשטעל וואס איז געווען גאר צוגעפאסט זיך צו קענען אוועקזעצן לערנען מיט א הרחבת הדעת פאר לאנגע שעות ברציפות. דער היכל הביהמ"ד איז גערופן געווארן "היכל ברכת שמים", לשמו ולזכרו פון מרן הרה"ק מקאשוי זי"ע בעמח"ס ברכת שמים. דער שם ההיכל איז נתנדב געווארן דורך די חשוב'ע נדבנים, ה"ה הר"ר שאול נח פריעדמאן הי"ו, הר"ר יעקב קליין הי"ו און הר"ר אברהם יקותיאל פישמאן הי"ו, וועלכע האבן זיך איינגעקויפט דעם גרויסן זכות פון די טויזנטער שעות לימוד התורה וואס זענען ארויסגעקומען פון דעם ארט דורך דעם געמיינזאמען כח התורה פון די הונדערטער לומדים.


דער מלהיב לבבות ישראל און פה מפיק מרגליות, הגאון ר' מאיר צוויבל שליט"א, האט איינגעלייטערט דעם ציבור מיט זיינע ווארעמע דברי פתיחה ארויסברעגענדיג דעם געוואלדיגן זכות און דעם גרויסן קידוש השם וואס אזא מעמד באדייט, ווען הונדערטער אידן זענען מקדיש א גאנצע טאג בלויז פאר די תורה הקדושה, הארעווענדיג לאנגע שעות ביגיעה וברציפות, מסיים צו זיין פילע מסכתות הש"ס אלע אינאיינעם.


א היליכיגער קול תורה האט אפגעדונערט אינעם גאנצן בנין בקול רעש גדול, ווען צענדליגער הונדערטער יונגעלייט האט זיך אוועקגעזעצט לערנען בהתמדה גדולה, טייל מיט א חברותא און אנדערע אליינס און מיט א ריתחא דאורייתא דורכגאקערט די שווערסטע סוגיות הש"ס, זיך מוטשענדיג צו פארשטיין יעדע רש"י און תוספות מיט א קלארקייט, שווימענדיג אינעם ים התלמוד מיט א חיות און א ברען.


ארום 3:00 נאכמיטאג, אנדערטהאלבן שעה אריין אינעם סדר הלימוד, האט מען געהאט די זכיה צו ענטפאנגען הוד כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א, וועלכער איז געקומען מיטהאלטן דעם פייערדיגן קול תורה און זיך אוועקזעצן לערנען אינאיינעם מיטן גאנצן ציבור. דער רבי שליט"א האט צוערשט באגריסט די אנוועזנדע עסקנים, און איז דאן אריינגעגאנגען אין בית המדרש און זיך אוועקגעזעצט ביים טיש וואו עס זענען שוין געלעגן אנגעגרייט פילע ספרים פארן רבי'ן.


דער רבי האט געהאט מיט זיך די גמרא מסכת קידושין פון אביו הגדול מרן הרה"ק מקאשוי זי"ע, וואס איז געווען פול מיט געשריבענע חידושים בכתב יד קדשו. אזוי אויך האט דער רבי געהאט זיין אייגענע גמרא מסכת פסחים פון יארן צוריק, וואו ער האט בשעתו אריינגעשריבן די חידושים אויף גפ"ת פארן ספר "ישא ברכה", נאך אין די צייטן ווען דער רבי האט געדינט אלס ראש ישיבה אין ישיבת אהל שמואל אין קרית קאשוי בחייו פון אביו הגדול זי"ע. דער רבי האט זיך אוועקגעזעצט לערנען בחברותא ביזן סוף פונעם סדר הלימוד.


ארום 3:30 האט זיך געענדיגט דער ערשטער סדר הלימוד וואס איז געקרוינט געווארן מיט גרויס הצלחה, ווען במשך גאנצע צוויי שעה האבן די הונדערטער לומדים געהאקט שטיקער ברציפות גמור און זיך משלים געווען מיט פילע הונדערטער בלעטער גפ"ת, קומענדיג נענטער צום ציל מסיים צו זיין די 1,100 בלאט פון די ניין מסכתות הש"ס.


דערנאך איז געווען א הפסקה ווי דער עולם האט זיך דערכאפט דאס הארץ מיט געשמאקע מאכלים און פארברענגט אינאיינעם בשבת אחים מיט די געוועזענע חברים פון ישיבה, בשעת די הפסקה זענען אויך פארגעקומען ספעציעלע שיעורי תורה אינעם היכל הביהמ"ד פאר די וועלכע האבן געוואלט אויסנוצן די צייט זיך צו בארייכערן מיט פארשידענע אינטערעסאנטע און הייליגע ידיעות התורה.


ארום 4:45 איז די הפסקה געקומען צו אן ענדע, ווען דער ציבור איז צוריק אריינגעגאנגען און זיך אוועקגעזעצט אויף די פלעצער אין בית המדרש, וואו מען האט נאכאמאל געהאט די זכיה צו הערן דברים נלהבים דורך הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א, ארויסברענגענדיג אז עס איז א גרויסע עת רצון אויסצופועל'ן ישועות און רפואות פאר אידישע קינדער המצפים לישועה אין אלע ענינים.


ביים צווייטן סדר האט זיך אנגעזען א פיל גרעסערער ציבור ווי ביים ערשטן, ווען גאר אסאך אידן וואס האבן נישט עספיעט צו זיך באטייליגן אין די פריערדיגע שעות, האבן דאך נישט געוואלט פארפאסן די געלעגענהייט, און האבן זיך מיטגעכאפט ביים נאכמיטאג סדר און זיך אוועקגעזעצט לערנען מיט גרויס התמדה, אויסנוצנדיג די לעצטע פארבליבענע שעה'ן אריינצוכאפן עטליכע בלעטער גמרא.


במשך דעם גאנצן סדר איז דער רבי שליט"א ארומגעגאנגען אינעם היכל צווישן אלע טישן וואו די לומדים זענען געזעסן און געהארעוועט, און איבערגעשמועסט מיט זיי די לימודים וואס מען האט געהאלטן אינמיטן לערנען, ווען דער רבי האט ארויסגעוויזן א קענטיגע הנאה און קורת רוח ביים דורכאקערן די טיפסטע סוגיות אינאיינעם מיט די באליבטע געוועזענע תלמידי הישיבה. דערביי האט זיך דער רבי אויך פאראינטערסירט בשלומם הטוב.


ווען דער זייגער האט געקלאפט אויף 6:45 האט די גרויסע סקרין אויפן וואנט געצייגט דאס אומגלויבליכע: גאנצע עלף הונדערט בלאט האט מען מסיים געווען אין די מינוטן, מיט א פאראייניגטן כח הרבים פון לאנגע שעות יגיעת התורה. דערמיט איז דער גרויסער ציל פונעם מעמד "יום התמדת התורה" פולקאם דערגרייכט געווארן, ווען עס זענען דורכגעאקערט געווארן גאנצע ניין מסכתות מיט די שווערסטע און קאמפליצירסטע סוגיות פון איבער גאנץ ש"ס.


אן עלעקטריזירנדע שטימונג האט באהערשט דעם זאל, ווען הגאון ר' מאיר איז ארויף אויפן פלאטפארמע און מיט א טרערן-געשטיקטע שטימע אויסגערופן א הילכיגער "מזל טוב" פאר די הונדערטער חשוב'ע לומדים, וועלכע זענען געווען מרוגש ביז גאר אז מען האט זוכה געווען צו דערגרייכן אט דעם געהויבענעם מאמענט, און דערביי מיט בכיות נוראות מעורר רחמים געווען אין דעם זמן מסוגל, צו פועל'ן ישועות ורפואות פאר גאנץ כלל ישראל, דערמאנענדיג דערביי עטליכע נעמען פון געוועזענע תלמידים וועלכע זענען שוין ליידער נישט מיט אונז, אז די דאזיגע אומגעהויערע זכותים פון דעם גרויסן כח התורה זאלן זיין א עילוי נשמה פאר זיי אויף יענער וועלט.


דערנאך האט דער גאנצער עולם אינאיינעם געזינגען שיינע ניגונים לכבוד התורה, אין שפיץ פונעם בעל מנגן ר' שלמה זלמן הורוויץ הי"ו, און די "חסידיש" קאפעליע, פייערנדיג דעם גליקליכן מאמענט מיט דערהויבענע געפילן און התרגשות'דיגע געמיטער, מיט א תפלה אויף קינדער תלמידי חכמים וחסידים.


דערנאך האט מען אויסגעטיילט פאר יעדן איינעם די "תפילת השל"ה". הגאון ר' מאיר האט פארגעזאגט מיט גרויס התעוררות, ווען דער גאנצער ציבור זאגט מיט אינאיינעם דעם הייליגן תפילה מיט גרויס כוונה, זיך אויסבעטנדיג מיט א ריין הארץ אויף גוטע און ערליכע דורות.


דערנאך האט מען צוזאמען געזאגט עטליכע קאפיטלעך תהלים, ווען צום שלוס האט ר' מאיר פארגעזאגט דעם קאפיטל "שיר המעלות מממעקים" פסוק בפסוק בקול בכי מיט גרויס התעוררות. נאכן ענדיגן די תהלים, האט מען געזאגט "יהי רצון" און איינגעריסן ביי די י"ג מידות של רחמים, אויס'פועל'נדיג אלע גוטע השפעות ברוחניות ובגשמיות. ווען דערנאך האט דער רבי שליט"א פארגעזאגט קדיש בהתעוררות רב.


מיט דערהויבענע הרגשים און פריידיגע געפילן איז דער גאנצער ציבור דערנאך אריבערגעגאנגען צום דערנעבנדיגן פראכטפולן זאל, מיטן נאמען "היכל נפש חיה", נדבת הרבני הנגיד הטפסר המרומם ר' אפרים שמואל דויטש הי"ו, וואס האט מנדב געווען די סעודה רחבה פארן גאנצן ציבור אויף א ברייטן פארנעם, לעילוי נשמת זיין חשוב'ן מוטער ע"ה.


דער ציבור האט זיך געוואשן און אוועקגעזעצט אויף די פלעצער ארום די רייך-געדעקטע טישן, דער מעמד איז ערעפנט געווארן מיט הערליכע שירה וזמרה דורך דעם בארימטן בעל מנגן ר' שלמה זלמן הורוויץ הי"ו, אין באגלייטונג פון די "חסידיש" קאפעליע, צווישן אנדערע האט די קאפעליע אראפגעלייגט א הערליכע יצירה, זינגענדיג א נייעם הערליכן ניגון וואס איז ספעציעל פארפאסט געווארן לרגל דעם געהויבענעם מעמד.


דער יושב ראש המעמד הר"ר מענדל סאמעט הי"ו, האט מיט זיין באגאבטער שפראך הערליך באגריסט דעם פארזאמלטן ציבור, דאן האט מען געהאט די זכיה מקבל צו זיין הוד פני כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א, וועלכער איז ערשינען אין זאל במלוא הדרו און זיך תיכף געוואשן צום סעודה.


אן ערהאבן בילד איז געווען צוצוקוקן דעם הערליכן מחזה ווי הונדערטער יונגעלייט פון אלע יארגענג האבן אנגעפולט דעם זאל פון ברעג צו ברעג, ווען די טישן זענען געווען אויסגעשטעלט אויף א ספעציעלן סדר לויט די יארגאנג, ווי מען איז געזעסן אינאיינעם בשבת אחים מיט א ברודערליכקייט.


א שמחה און התרגשות האט ארומגענומען דעם גאנצן ציבור ווען דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן די פייערדיגע דברות קודש לרגל המאורע, ארויסברענגענדיג זיינע טיפע הרגשים און רירנדע געפילן צו אזא דערהויבענעם מעמד. דער רבי האט זיך אריינגעלאזט אין א לענגערן שמועס איבער די גרויסקייט און חשיבות פון דעם היינטיגן טאג ווען מען האט זוכה געווען מסיים צו זיין ניין מסכתות הש"ס מיט א כח הרבים פון אזויפיל הונדערטער חשוב'ע לומדים, וועלכע האבן זיך מייגע געווען בתורה ועבודה אזויפיל לאנגע שעה'ן און זיך אוועקגעריסן פון זייער טאג-טעגליכן סדר היום.


נאך די לענגערע דברות קודש האט דער רבי שליט"א געמאכט דעם סיום אויף מסכת קידושין מיט גאר געהויבענע און התרגשות'דיגע געפילן, אינעם הייליגן גמרא פון אביו הגדול הרה"ק מקאשוי זצ"ל, און געזאגט דעם הדרן און קדיש נאכן סיום המסכתא. נאכן סיום האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן עולם, און דערביי אויסגעדרוקט רצון קדשו צו גרינדן א נייע חבורה פאר יוצאי הישיבה, וואו יעדער איינער זאל נעמען אויף זיך אן אנדערע מסכתא וואס זאל זיין די "עולם הבא מסכתא" און מען זאל דאס אדורכלערנען און דורכאקערן מיט א גרינטליכקייט צו פארשטיין יעדעס ווארט פון די גמרא. דער רבי האט ארויסגעברענגט אז מיט דעם מהלך פון אזא חבורה וועט מען בעז"ה קענען ענדיגן גאנץ ש"ס יעדע שטיק צייט, און קענען פראווען נאך אזעלכע געהויבענע סיומים און מעמדים אינאיינעם מיט די חברי החבורה. דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ווארעמע ברכות, וחפץ ד' בידינו יצליח.


נאך דעם רבי'נס ווערטער האט דער יושב ראש איבערגענומען דאס ווארט און אויסגעשמועסט מער פרטים איבער די פרישע פלענער פאר דער נייער חבורה.תיכף דערנאך האבן זיך צוויי חשוב'ע יוצאים אנגעטראגן ארומצוגיין צווישן דעם עולם און איינשרייבן דעם ציבור אינעם חבורה, מען זאל קענען אנהייבן די לימודים אין די ערשטע געלעגענהייט, מיט א פרישקייט.


דערנאך האט מען געהערט טרעפליכע דיבורים פון איינע פון די לאנגיעריגע מרביצי תורה אין ישיבה, הרה"ג ר' שלמה שפיגעל שליט"א, ר"מ בישיבה קטנה, און צום קלימאקס פונעם מעמד האט מען געהאט דעם כבוד צו הערן די שפאנענדע דרשה פונעם וועלט-בארימטן פה מפיק מרגליות, הרה"ג ר' פנחס ברייער שליט"א, באקאנטער מחנך און מגיד מישרים פון ארץ ישראל, וועלכער איז ספעציעל געקומען צו דעם געהויבענעם מעמד אויפצוטרעטן מיט וויכטיגע עצות און הדרכות פאר יונגעלייט וואס קענען גאר שטארק צוניץ קומען דורכאויס דעם גאנצן לעבן.


בעפארן בענטשן האט דער יושב ראש ארויפגערופן די אלע עסקנים וועלכע זענען געשטאנען הינטער אלע פלענער און אראנדזשירונגען צו דעם היסטארישן מעמד, און זיי מכבד געווען צו קומען נעמען ברכת קדשו פונעם רבי'ן שליט"א.


נאכן בענטשן האט זיך דער גאנצער ציבור געשטעלט דאווענען תפילת מעריב אינאיינעם מיטן רבי'ן שליט"א, און דער רבי האט פארגעזאגט ספירת העומר, דערנאך איז דער גאנצער עולם ארויסגעגאנגען אין גאס, וואו מען האט געמאכט קידוש לבנה ברוב עם און זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכן ריקוד "טובים מאורות" און זיך געוואונטשן א פרייליכן חודש.


ביים מעמד איז פארטיילט געווארן א ספעציעלע מתנה און מזכרת לכבוד המאורע, א הערליכע "תפילת השל"ה", מיט א שיינעם פרעים דאס צו קענען אויפהענגען אינדערהיים אויף א פראמינענטן ארט, וואס וועט דינען אלס א מזכרת נצח פאר דעם גרויסן טאג. אזוי אויך איז פארטיילט געווארן א פראקטישער "טעלעפאן ביכל" מיט אלע טעלעפאן נומערן און אינפארמאציע פון אלע תלמידים ויוצאי הישיבה הק', מיטן ציל ווייטער אנצוהאלטן דעם נאנטן קשר און צוזאמענארבעט און אויפטון גוטע זאכן.


דער לאנגער היסטארישער מעמד וואס האט זיך געצויגן דורכאויס דעם גאנצן טאג איז דערמיט געקומען צו אן ענדע, ווען דער ציבור איז ארויפגעשטיגן אויף די ווארטנדע באסעס אהיימצוגיין איש על מחנהו ואיש על דגלו, אהיימטראגנדיג מיט זיך פילע הויפענעס חיזוק נאך אזעלכע געהויבענע מאמענטן וואס וועלן בלייבן שטענדיג איינגעקריצט אין זכרון אלס דער היסטארישער ווענדפונקט בקורות ימי קאשוי.



bottom of page