שמחה גוררת שמחה: פרישע שידוך געשלאסן פון הכלה נכדת האד' מבאבוב
- לפני 4 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' נשא א' • ב' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס פרייד זענען זיך חסידי באבוב ווידער צוזאמגעקומען דעם ליל שישי אפצוגעבן מזל טוב לרגל די שמחה בבית המלכות, די שמחת קישור החיתון פון אן אייניקל ביים רב שליט"א, די כלה א טאכטער פון חתנו הגדול הגה"צ ר' חיים שלמה האלבערשטאם שליט"א סגן דומ"ץ באבוב, זון פון הגה"צ ר' ברוך אברהם האלבערשטאם שליט"א אבד"ק קרשאנוב, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטריזוב שליט"א, מיט די חתן א זון פון הרה"ג ר' שלום דוד פאלגער שליט"א מרביץ תורה בק"ק באבוב, זון פון הרה"ג ר' חיים בנציון פאלגער שליט"א ר"ם בישיבת כרם שלמה ד'באבוב, און איידעם ביי הרב יצחק שלום לעזער שליט"א.
ווי עס איז דער סדר התקנות פון "חיים של שלום" דחסידי באבוב ווי איינגעפירט דורך כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, פראוועט מען דעם שמחת התנאים צוזאמען מיטן ווארט אויף גאר א באשיידענעם אופן מיט בלויז אן ענגן קרייז משתתפים. אזוי איז דער שמחת קישור החיתון אפגעראכטן געווארן דאנערשטאג נאכמיטאג אין שטוב פונעם אבי הכלה. דער רב שליט''א האט געליינט תנאים און דערנאך מכבד געווען די זיידע הגה"צ אבד"ק קשאנוב שליט"א אויפצוטרעטן מיט א דרשה.
שפעטער ביינאכט איז דער רב ערשינען צום מעמד אמירת מזל טוב אין היכל השולחנות לקול תרועת השמחה, דער רב שליט''א האט געטרינקען לחיים און ארויסגעברענגט רגשי לבבו צו די גרויסע שמחה וואו דער חתן איז א צווייגל פון די סאמע שענסטע משפחות וואס באבוב פארמאגט, און דערמאנט די זיידעס נמב"מ הרה''ח ר' ניסן לעזער ע"ה, הרה''ח ר' קלמן לעזער ע"ה און הרה"ח ר' חנה פאלגער ע"ה אלע תלמידים פון הרה''ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע ומסלתה ומשמנה פון די באבובער קהילה, באזונדער האט דער רב דערמאנט די זיידעס יבלחט"א הרה''ח ר' יצחק שלום לעזער שליט"א וואס האט אזויפיל יארן משמש געווען ביים טאטן דער רב ז''ל מיט אזא נאמנות, און די זיידע הרה"ג ר' חיים בן ציון פאלגער שליט"א וואס האט שוין זוכה געווען ארויסצוגעבן פילע חיבורים פון די צדיקי הדורות, און מסיים געווען בברכות לרוב פאר'ן ציבור.
מיט א שיינעם דרשה האט אויפגעטרעטן די זיידע הרה"ג ר' חיים בנציון פאלגער שליט"א, וועלכער האט ארויסגעברענגט די שמחה זיך משדך צו זיין מיט מורו ורבו דער רב שליט"א, און צום שלוס איז די גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר די געהויבענע זיידעס און מחותנים.



































תגובות