קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
- 14 במאי
- זמן קריאה 9 דקות

דאנערשטאג פ' במדבר • כ"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש
בת קול יוצאות: דראמאטישע און לעבעדיגע הכרזות פון העסקן הדגול ר' יצחק אייזיק דאסקאל שליט"א יו"ר מערכת סאטמאר, ביים האלטן געשפאנט רבבות חסידי סאטמאר מיט כסדר'דיגע אפדעיטס איבער די היסטארישע נסיעה בוני המלוכה מיט האדמ"ר מסאטמאר.
דער מגיד מישרים הרה"ג ר' מרדכי הערש שפיטצער שליט"א ראש ישיבת תורת צבי ספינקא דערציילט איבער די וואונדערליכע השגחה פרטית ארום די שידוך שליסן די וואך פון החתן שניאור זלמן עקשטיין ני"ו הויז בחור ביי האדמו"ר מסאטמאר.
האדמו"ר מסקולען ווערט געזעהן אויף די בארא פארקע גאסן כאחד האדם אן קיין משמשים.

האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק איז מוחה בכל תוקף קעגן א פאטאגראפירער וואס האט זיך אריינגעכאפט צו מעמד כתיבת אותיות בביתו נאוה קודש.
דער "טויזנט דאלאר טשעק" וואס האדמו"ר מסאטמאר האט איבערגעגעבן ביים מעמד הדלקה בליל ל"ג בעומר פאר הנהלת מוסדות יטב לב, צום קאמפיין לטובת המוסדות.


האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה פארברענגט מיט זיינע קינדערליך אין די אכסניא אין מירון, נאכן זיך דערשלעפן אהין מיט מסי"נ און גאר גרויסע שוועריגקייטן אויף די בערג און אין די וועלדער.

מעלין בקודש: האדמו"ר מקרעטשניף קרית גת ביים ארויפקריכן א לייטער צו גיסן שמן אויפן מדורה דעם ל"ג בעומר.

בחיבה יתירה: האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג ביים אנוואונטשן הגה"צ רבי בנימין לאנדא שליט"א דומ"ץ טאהש בארא פארק, נאכן שולחן הטהור לכבוד ל"ג בעומר.

האדמו"ר מסאטמאר ערשיינט אינעם היסטארישן שול הויף אינעם עיר האבות סיגעט אין ראמעניע, מערקט אינעם הונטערגרונד דער "מזכרת נצח" טאוול לכבודו פון האדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) וועלכער האט געלאזט איבערבויען דעם פראכטפולן שול הויף במקום שהתפללו אבותיו.

האדמו"ר מצאנז זוועהיל אויף א באזוך די וואך בבית הנגיד החסיד ר' מרדכי אהרן גאמבא הי"ו אין בארא פארק, ביים באטראכטן די נאסטאלגישע סטענדער פונעם שר התורה הגאון האדיר רבי חיים קנייבסקי זצ"ל וואס געפונט זיך בבית גנזיו פונעם נדיב.

המקובל הגה"צ רבי יעקב עדס שליט"א ביים פארזאגן קבלת עול מלכות שמים בעת די קבורה פון הגאון הגדול רבי דוד שמידל זצ"ל יושב ראש אגודת אתרא קדישא.

האדמו"ר מסאטמאר באדאנקט זיך פאר העסקן ר' אברהם יעקב פריעדמאן הי"ו און די TSA אגענטן, איידערן אויפשטייגן אויפן פליגער אין די סטוארט לופטפעלד אונטערווענגס צום מסע הקודש "בוני המלוכה" צו די קברי אבות אין אייראפע.

האדמו"ר ממעזיבוז ביים ארומהאלזן זיין זון היניק בעת די מסע הלוי' פון הרבנית ממעזיבוז ע''ה היינטיגן דאנערשטאג נאכמיטאג.

האדמו"ר מקאשוי באדאנקט זיך פאר הר"ר מענדל סאמעט הי"ו נאכן דינען אלס יושב ראש המעמד ביים "יומא טבא" יום שכולו התמדת התורה - וחגיגת סיומי המסכתות דורך הונדערטער תלמידי יוצאי ישיבת קאשוי.

הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בנו הגדול פון האדמו"ר מסקווירא ווערט באגלייט דורך הונדערטער חסידים זקנים עם נערים נאכן פראווען א געהויבענעם שבת אין שטאט בארא פארק.

האדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן רעכט אפ א מסיבת לחיים לרגל זיין יום הבהיר וואס איז אויסגעפאלן די וואך כ"ו אייר - יסוד שביסוד.

המקובל הגה"צ רבי דוב קוק שליט"א לרפו"ש פון טבריה איבער די סגולה צו עסן קאשיו ניס אום שבת פ' בחוקתי וואס ווערט עטליכע מאל דערמאנט אין די פרשה אלס "קרי".
א נאסטאלגיש בילד פון די סיגוטער ת"ת אין וויליאמסבורג אין די בראשית יארן ווי די תשב"ר שטייען אין הויף פונעם ת"ת אויף בעדפארד עוועניו צוזאמען מיט זייערע מלמדים. אין צענטער ווערט באמערקט האחים האדמור"ים מסאטמאר בשנות צעירותם.


פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א ביים פארטיילן זיסווארג פאר די צענדליגער חאלאקע קינדערלעך פון ק"ק תולדות אהרן וואס זענען געקומען מיט זייערע עלטערן נעמען ברכת הקודש לכבוד זייער אפשערן.

האדמו"ר מפינסק קארלין אין א פרייליכן ריקוד מיט די ילדי החסידות ביים מעמד ההדלקה לכבוד ל"ג בעומר אין ירושלים.

המשפיע הגה''צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב אין א שמועס מיטן חזן הרב ישראל אדלער הי"ו ביי א שמחה די וואך.

הרב משולם זילבערמאן משב"ק אדמור"י פשעווארסק באזוכט אינעם "חברים" קאמפיין הויפטקווארטיר אין אנטווערפען וואו ער האט מחזק געווען די חשובע וואלונטירן וועלכע געבן זיך אוועק רונדע דעם יאר פארן כלל.
האדמו"ר מסאטמאר וואונטשט זיך מזל טוב מיטן ברודער הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15 שליט"א ביים שמחת התנאים דעם ל"ג בעומר ביי וועלכן דער רבי האט זיך משדך געווען מיטן ברודער דער רב שליט"א.

צווישן די פילע טויזנטער עולי מירון אין די טעג נאך ל"ג בעומר מערקט "קרישקעס" הרב מיכל פירער משב"ק האדמו"ר מבעלזא ביים איינרייסן בזכות התנא האלוקי.

דער משמח אלוקים ואנשים הרב ישראל מענדל שווארץ שליט"א המכונה לאשאנצער רבי ביים מקיים זיין דעם מנהג היום פון שיסן פייל און בויגן בעת דער היסטארישע הכנסת ספר תורה דעם ל"ג בעומר בחצר הקודש סאטמאר.
האדמו"ר מסאדיגורא ווערט געזעהן ביים ציון הק' אין מירון בראש קהל חסידיו אין די טעג נאך ל"ג בעומר העעל"ט.
העסקן הרב מרדכי בבציק הי"ו מאמני בית האדמו"ר מגור ביים באקומען שיריים פון האדמו"ר מנדבורנה ירושלים ביים מסיבת לחיים ביום ל"ג בעומר, כאות הכרת הטוב פארן שטיין צו די רעכטע האנט פון די קהילה בכל עת ועונה.

דער בעל מנגן, ר' עקיבא'לע גרומאן הי"ו, ביים תפילין לייגן לבנו הבחור הבר מצוה, ביי רבו האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק די וואך.

דעם ל"ג בעומר איידער די גרויסע מעמד ההדלקה בחצר הקודש סקווירא, ביי מעריב האט מען צוגעברענגט א מחיצה צוליב דער מנהג פון רבי'ן צו דאווענען אין א אפגעזונדערטע חדר מיוחד בדרך אבותיו.

האדמו"ר מטשערנאביל איז מנחם אבל העסקן הנמרץ הרב מנחם גשייד הי"ו נאך די פטירה פון א שוועסטער ע''ה.

גאב"ד מאקאווא איז מתפלל ביים ציון הק' פון רבו הרה"ק בעל בית ישראל מגור זי"ע אינעם מערת אדמור"י גור אויפן הר הזיתים.

האדמו"ר ממעזיבוז איז מתפלל ביים ציון הק' פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר מראחוב זצ"ל נאך די קבורה פון זיין אשת נעורים היינטיגן דאנערשטאג נאכמיטאג.

האדמו"ר מוויען איז מתפלל אינעם חדר כהנים ביים ציון הק' פונעם הייליגן צדיק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי''ע בעת די נסיעה הרוממה מיט די נגידי ותומכי המוסדות.

הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בנו הגדול פון האדמו"ר מסקווירא טרעט אויף מיט א שמועס פאר די נשות הקהילה אין בארא פארק בעת זיין באזוך פאריגע וואך בקרב חסידי סקווירא אין שטאט.

אינגעלייט אין אנטווערפען ביים אויספרעגן דער מוהל מומחה הרב אהרן עקשטיין איבער די קלאגעס וואס איז אריינגעגעבן געווארן קעגן אים און נאך צוויי חרדישע מוהלים אין אנטווערפן.

האדמו"ר מבורשטין פארברענגט מיט די חסידים אויפן פליגער אונטערוועגנס צום נסיעה הרוממה לקברי אבותיו אין אייראפע.

הגאון רבי מנחם מענדל פאמעראנץ שליט"א יושב ראש מכון עוז והדר אין א באגעגעניש מיט האדמו"ר רבי יאשיהו פינטו גאב"ד מאראקא אינעם ריזן אוצר הספרים אין בנין מוסדות שובו ישראל בנשיאותו אין מאנהעטן.

מעמד תפילה ובקשה סמוך ונראה צום ציון הק' אין קערעסטיר ביים מסע המרומם "נחלת הבונים" אין שפיץ פון האדמו"ר מוויען מיט די נגידי החסידות.
האדמו"ר מפינסק קארלין פארלאזט אתרא קדישא מירון נאכן וויילן לעצטן שבת במדבר סמוך ונראה צום ציון הק'.
הנגיד החסיד ר' אברהם בראך הי"ו איז מקבל קנין אלס ערב קבלן ביים שמחת התנאים פון א אייניקל ביי האדמו"ר מסאטמאר, פארגעקומען ביים גרויסן ל"ג בעומר טיש אין וויליאמסבורג.

האדמו"ר מסקאליע איז מנחם אבל ביי ש"ב הרב אריה רלב"ג שליט"א נאך די פטירה פון זיין מוטער ע"ה אייניקל פון הרה"ק בעל אמרי ברוך מסקאליע זי"ע.

א טאלאנטפולער יונגערמאן האט מיט די הונדערטער אראפגעפליקטע קנעפלעך פונעם מעמד הכנסת ספר תורה בחצר הקודש סאטמאר אהערגעשטעלט שיינע שעפערישע צייכענונגען, אין אנדענק פונעם היסטארישן מעמד.

האדמור"ים מטאהש און תולדות צבי ספינקא אין א מחול לצדיקים ביים שמחת הבר מצוה די וואך פון א בשותפות'דיגע פלאמעניק, א זון פון בנש"ק הרב אלימלך נפתלי הירצקא סג"ל לאווי שליט"א נכד הרה"ק מטאהש זי"ע.

ביים מעמד ההדלקה דעם ל"ג בעומר בחצר הקודש פינסק קארלין אין ירושלים, מערקט "קרישקעס" הנגיד החסיד ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו מגדולי תומכי מוסדות סאטמאר ביים גיסן אויל.

מסיבת לחיים בקודש פנימה ביי האדמו"ר מתולדות צבי ספינקא לרגל די שידוך שליסן פון החתן שניאור זלמן עקשטיין ני"ו הויז בחור ביי האדמו"ר מסאטמאר מיט הכלה בת הרב זלמן לייב שפיטצער שליט"א מחשובי חסידי ספינקא אין קרית יואל.

הרב אבא גרינבוים הי"ו פון רבי ישעילע'ס הויז אין קערעסטיר בקודש פנימה אין דעם רבינס פריוואטע אכסני' און שטאט אוהעל ביים איבערגעבן די פריש געבאקענע בארכעס און אנדערע מאכלי שבת וואס איז געבאקן געווארן און רבי ישעילע'ס קאך לכבוד די גרויסער שבת בוני המלוכה.


האדמו"ר מוויזניץ בית שמש וועלכער איז צוגאסט אין ניו יארק לטובת מוסדותיו על טהרת הקודש באטראכט דעם נייעם ספר 'שפע יואל' בביתו פון הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא שיחי'.

נאך א טעימה קלה פונעם מסע הקודש "נחלת הבונים" דורך האדמו"ר מוויען קיין אייראפע אינאיינעם מיט די נגידי ותומכי המוסדות.
בילד וואס רעדט מער ווי טויזנט ווערטער, העסקן הדגול ר' יצחק אייזיק דאסקאל הי"ו ווערט באמערקט צייגן דעם הצלה-סיגנאל אינמיטן די פייערדיגע ריקודין ביים היסטארישן מעמד הכנסת ספר תורה פון האדמו"ר מסאטמאר.

האדמו"ר מוויזניץ בית שמש גיבט אפ א ספעציעלן באזוך בבית הרבני הנגיד ר' שלמה יוסף וואלדמאן הי"ו יו"ר קרן הצלה, מיט די אנוועזנהייט פון אלע געטרייע חברי הנהלה, ארויסצוצוייגן דערביי זיין הכרת הטוב פאר די הערליכע סכומים וואס זיינע מוסדות ערהאלטן עטליכע מאל א יאר פון "קרן הצלה".

כרה לחסד"י דוד: היסטאריש בילד פון פערציג יאר צוריק, בשנת תשמ"ו, ווי הגאון הגדול רבי דוד שמידל זצ"ל יושב ראש אתרא קדישא בימי עלומיו איז מלקט עצמות פון א בית החיים וואס איז ליידער פארשוועכט געווארן.

שיין בילד פון האדמו"ר ממבקשי השם ביים הדלקה רבתי לכבוד ל"ג בעומר וואס די רבי שליט"א האט געפראוועט אין קרית יואל.

האדמו"ר מסאטמאר ווערט געזען ארויסגיין פון אהל הקדוש פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע, מיט'ן היסטארישער הייליגער שטעקן פונעם ישמח משה זי"ע, וואס דער צדיק האט אייביג געהאלטן גרייט נעבן זיך צו קענען גיין קעגן גואל צדק, צו וועמען ער האט כל ימיו משתוקק געווען מיט אן אויסטערלישע אמונה צו די גאולה שלימה. דערנעבן ווערט געזען הגה"צ אב"ד לאפוש שליט"א, וועלכער מיטגעברענגט דעם שטעקן צו די היסטארישע נסיעה, וואס ער האט בירושה מבית אבותיו הק'.

האדמו"ר מווערדאן פון בארא פארק אין א פייערדיגן קעדאטשקע טאנץ ביים מעמד ההדלקה דעם ל"ג בעומר פארנט פון בית מדרשו.

די אלטערנאטיווע וועגן צום אפגעשפארטן מירון דורך צוימען און גדרים.

די ברידער האדמו"ר מקאסוב לעיקוואד און הגה"צ רבי ברוך האגער אבד"ק קאסוב לעיקוואד ביים אנצינדן די הדלקה לכבוד ל"ג בעומר ביים קאסובער ביהמ"ד אין לעיקוואד.

האדמו"ר מאמשינוב ביים סדר החאלאקעס אין טאג פון ל"ג בעומר, בביתו נאווה קודש וואו דער רבי האט אפגעשוירן קרוב צו הונדערט ילדי חמד.

האדמו"ר מוויזניץ איז מנחם אבל ביים פילאנטראפ ותומך תורה הנגיד ר' ישככר קנאל הי"ו אין בני ברק, על פטירת אמו ע"ה.
האדמו"ר מדושינסקיא באזוכט ביי הגה"צ ר' לייבל סטעמפל שליט"א, אייניקל פון הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע בעת דעם רבינס באזוך די וואך אין לאנדאן.

ריזן שילד אויפגעשטעלט אין אתרא קדישא מירון אין אנדענק פון די 45 הורגי מירון וועלכע זענען ליידער אומגעקומען אינעם צודרוקעניש ל"ג בעומר תשפ"א.

שמחת הברית מילה פונעם רך הנולד, א זון פונעם ינוקא הגאון רבי שלמה יהודה בארי שליט"א פארגעקומען אין ראשון לציון. ויקרא שמו בישראל "יואל מנחם" נאך הרה"ק מסאטמאר זי"ע און הרה"ק מקאצק זי"ע.
האדמו"ר מבאבוב ביים שענקן א זילבערנעם בעכער אלס "דרשה געשאנק" פארן חשובן חתן אייניקל פון גיסו הגה"צ דומ"ץ באבוב שליט"א, המיול"ח חתנו הגה"צ ר' חיים דוד וואקסמאן שליט"א דומ"ץ באבוב מאנסי.

סותר על מנת לבנות: טראקטארן ביים צונעמען די נאסטאלגישע ליסקא ביהמ"ד אין בארא פארק אין בעפארברייטונג צום ווידער-אויפבוי פונעם ביהמ"ד.
הרה"צ רבי חיים שלום הלברשטאם שליט"א בנו הגדול פון האדמו"ר מבאבוב אין א שמועס מיט ש"ב הגה"צ רבי יוסף משה דוב הלברשטאם שליט"א רב דחסידי צאנז אין אמעריקא זון פון האדמו"ר מצאנז, ביי א תנאים די וואך אין בארא פארק.

האדמו"ר מסאדיגורא אין א ריקוד מיט החתן החשוב כמר שלום כהן ני"ו ממייסדי מערכת "בחצרות הקודש" לכבוד זיין שידוך שליסן פאריגע וואך אין לאנדאן הבירה.
האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן באשיינט ביים שמחת הבר מצוה לבן הנגיד ר' אברהם חיים שאמועל הי"ו מגדולי תומכי מוסדות וויזניץ לאנדאן, פארגעקומען די וואך אין וויליאמסבורג.
דער מעיאר פון שטאט ביתר הרב מאיר רובינשטיין בקודש פנימה ביי האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק וועלכער האט אים איבערגעגעבן א תעודת הוקרה וואס הנהלת מוסדות תולדות אברהם יצחק האט געשאנקן פארן מעיאר אלס אנערקענונג פאר זיינע פעולות לטובה צושטאנד צו ברענגען די גרויסע מעמד ההדלקה דעם ל"ג בעומר אין שטאט ביתר.

האדמו"ר מלוצק אויף א באזוך די וואך אין שטוב פון הרה"ח הישיש ר' אשר אלתר גלויבערמאן הי"ו מזקני חסידי קארלין וועלכער האט דערציילט פון זיינע זכרונות פונעם לעצטן באזוך דורך הרה"ק רבי אברהם אלימלך מקארלין זי"ע הי"ד אין ארץ ישראל, הארט פאר'ן אויסברוך פונעם צווייטן וועלט קריג.

הגה"צ רבי גבריאל ציננער שליט"א אבד"ק ובעמ"ס נטעי גבריאל איז מבקר חולה ביי האדמו"ר מליסקא, וועלכע ערהוילט זיך די טעג נאך א שווערן דורכגאנג אין געזונט.

גלאובערס שטעלט צו ספעציעלע סערוויס פאר אידן וואס האבן פארלוירן קנעפלעך דורכאויס די מעמדים ביים גרויסן הכנסת ספר תורה בחצה"ק סאטמאר.

האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שפאצירט אויף די וויליאמסבורגע גאסן אין באגלייטונג פונעם לעגענדארע משב"ק הרב שלום מיללער און זיין זון הרב אברהם יצחק מיללער.

באגעגעניש ביים אהל חב"ד אין קווינס צווישן הגאון רבי יצחק דוד גראסמאן רב מגדל העמק מגדולי מחזירי התשובה בדורנו און הגאון רבי מנחם מענדל פאמעראנץ שליט"א יושב ראש מכון עוז והדר.

האדמו"ר מקרעטשניף קרית גת ווערט געזעהן ביים מעון הקודש פון זקינו הרה"ק רבי אליעזר זאב מקרעטשניף זי"ע אין שטאט סיגעט, לכבוד די יארצייט היינטיגן כ"ח אייר.

די הזמנת קודש בכתב ידו פון האדמו"ר מוויזניץ, וואו די רבי שליט"א טוט איינלאדענען פרעזענדליך כל אשר בשם וויזניץ יכונה צו יום שמחת לבו זה מתן תורה, מיטצוהאלטן די מעמדי הוד אין לויף פון ערב און יום טוב שבועות לרגל די היסטארישע הכנסת ספר תורה וואס דער רבי האט געלאזט שרייבן די לעצטע יאר.

הרה''צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט''א מבעלזא איז מנחם אבל העסקן הרב מנחם גשייד, פון די נאנטע מקורבים ביי חותנו גאב"ד מאקאווא, אלס פערזענליכע שליח נאך וואס זיין שווער דער מאקאווא רב האט זיך געפונען אין אויסלאנד.

א ברכת מזל טוב פאר הרה"ח ר' זלמן כץ הי"ו נאמן ביתו ויד ימינו פון האדמו"ר מקאסאן לרגל די שידוך שליסן פון בתו הכלה למזל טוב.

א ברכת מזל טוב פאר האברך החשוב ר' זלמן גאלמאן הי"ו פון די פירנדע עסקנים אין לאנדאן הבירה לרגל הולדת בנו למזל טוב.






תגובות