אל אחוזת אבותיו: האד' מקרעטשניף י-ם אפגעראכטן שיינעם באזוך אין נאסטאלגישע שיכון קרעטשניף אין כפר עטה
- לפני 44 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' נשא א' • א' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארגאנגענעם דאנערשטאג האט כ''ק אדמו''ר מקרעטשניף י-ם שליט''א אפגעשטאט א באזוך אינעם נאסטאלגישע קריה נאמנה שיכון קרעטשניף אין כפר עטה, וואו דער רבי שליט''א האט מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל די יומא דהילולא קדישא פון זקינו כ''ק אדמו''ר הרה''ק רבי אליעזר זאב מקרעטשניף זכר צדיק וקדוש לברכה בעל רזא דשבת וואס איז אומגעברענגט געווארן על קידוש השם אין די לאגערן אין אוישווייץ ביום כ''ז אייר.
ביים אנקומען האט דער רבי שליט''א געדאווענט מנחה אינעם ביהמ"ד ווי אביו הרה''ק מקרעטשניף זצוק''ל האט אפגעראכטן עבודתו בקודש בראשית ממלכתו אין ארצינו הק' ביז ער האט זיך אריבערגעצויגן קיין ירושלים, און דער ביהמ"ד פונקציאנירט ווייטער מיט מניני תפילה און שיעורי תורה ברבים דורכאויס די יאר.
נאך מנחה האט זיך דער רבי געוואשן צום סעודת הילולא און געמאכט דעם סיום משניות, דער רבי שליט''א האט טועם געווען פון די פיש און געוואונטשן לחיים פאר'ן גאנצע ציבור. דערנאך האט דער רבי שליט''א משמיע געווען לענגערע דברות קודש אנהייבנדיג איבער די געואלדיגע זכיה פון די תושבי השיכון תלמידי אביו הרה''ק מקרעטשניף זצוק''ל מחזיק צו זיין די מקום קדוש, און באזונדער האט דער רבי ארויסגעברענגט לשבח פון די געטרייע עסקנים וואס האבן זיך אין די לעצטע תקופה אריינגעלייגט צו פארשענערן דען בנין הביהמ''ד מבית ומבחוץ.
דער רבי האט ממשיך געווען די דברות קודש בפרשת השבוע און מסיים געווען בברכות לרוב פאר אלע משתתפים. דערנאך פארטיילט שריים פון די קוגל פאר די חסידים וואס האבן זיך אנגעשלאסן מיט גרעסערע סכומים פארן קרן הבנין.
ביים טיש האבן זיך אנגעזען כ''ק גאב''ד מאקאווא שליט"א, הרה''ג ר' דוד מאיר דרוקמאן רב קרית מוצקין, הרה''ג ר' משה חיים שניידער רב דקהילת קאליסק אין טבריה און הרה''ג ר' חיים שלמה דיסקין רב קהילת חב''ד אין כפר עטה.
נאכן טיש איז דער רבי שליט''א ארויסגעפארן בראש קהל חסידיו קיין אתרא קדישא מירון אויף א תפילת רבים ביים ציון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, לרגל ערב ראש חודש סיון מוקדם. ביים אנקומען האט דער רבי שליט''א געדאווענט מעריב און דערנאך פארגעזאגט ספירת העומר מיט השתפכות הנפש און דערנאך צוגעגאנגען צום ציון הק' אינעם מערה מען האט געזאגט ספר רביעי שבתהילים מיט די יהי רצון און געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט.












