top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א דינט אלס מוהל ביי שמחת הברית בחצה"ק תולדות אברהם יצחק

  • לפני 17 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' נשא א' • ב' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יחיאל רייכמאן

היינט צופרי איז דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אנגעקומען לביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וואו עס איז פארגעקומען די שמחת הברית פון א אור אייניקל ביים רבי'ן, אייניקל ביי בנו הגה"צ רבי דוד צבי קאהן אב"ד תולדות אברהם יצחק בית שמש, בן הנולד ביי זיין זון הרב שלום קאהן וואס איז פון די נאמני הבית ביים רבי'ן אין שטוב. דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מכבד געווען דער מוהל הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א צו זאגן די ברכות וקריאת השם, ויקרא שמו בישראל "זיידא אליעזר זאב", נאכן זיידן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל בעל רזא דאמונה נאך וועמען מען שטייט נאך בשנת האבל להסתלקותו.


נאכן ברית האט רבי יעקב מאיר געמאכט א מי שברך לחולה לרפואתו השלימה פונעם רבין, "רבינו שמואל יעקב בן יענטא", און דערנאך האט מען זיך געזעצט צו א מסיבת לחיים לכבוד די שמחה ביי וועלכן מען האט פארברענגט בנועם שיח און געזונגען ניגוני שמחה, צום שלוס האט הרה"צ ר' יעקב מאיר שליט"א אנגעוונטשן דעם רבי'ן א רפואה שלימה, און איבערגעלאזט ברכת קדשו פארן בעל ברית און די בני המשפחה.



תגובות


bottom of page