top of page
ביקור חיזוק אין "פאנאמא סיטי" דורכן אורח הדגול הגאון רבי בערל לאזאר שליט"א הויפט רב פון רוסלאנד
דאנערשטאג פ' חקת בלק • י' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש די אידישע געמיינדע אין פאנאמא סיטי, וועלכע געפינט זיך אין צענטראל אמעריקא, האבן פארלאפענעם וואך מקבל געווען פני כבודו פון הגאון רבי בערל לאזאר שליט"א דער הויפט רב אין רוסלאנד, וועלכע איז ספעציעל געקומען צו פארן פאר עטליכע טעג, אריינגערעכנט א געהויבענעם שבת, צו באזוכן און דערהייבן די ארטיגע קהילה. די באזוך איז ארגאניזירט געווארן דורך "כולל תורה פאנאמא", והעומד בראשה הגאון רבי מנחם מענדל שוחט שליט"א, וועלכע איז עומד על משמרתו


קהל תולדות משה אין בית שמש אפגעהאלטן כינוס חיזוק בראשות האד' מתולדות משה
מיטוואך פ' חקת בלק • ט' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש ברגשי קודש האבן חסידי ואוהדי תולדות משה אין בית שמש זוכה געווען צו א געהויבענעם באזוך פון כ"ק אדמו"ר מתולדות משה שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אין שטאט זיך משתתף צו זיין ביי א כינוס חיזוק און התעוררות פאר בני הקהילה אין שטאט, וועלכע האבן זיך צונויפגעזאמלט צו הערן דברי חיזוק און הדרכה פון רבי'ן שליט"א. צווישן די משתתפים איז אויך געווען דער סגן ראש העיר הרב חנוך דרנגר, וועלכער איז באקאנט מיט זיין עסקנות לטובת הקהילה אין בית שמש.


פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מוהל ביי שמחת הברית בחצה"ק משכנות הרועים
מיטוואך פ' חקת בלק • ט' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יחיאל רייכמאן היינט אינדערפרי האט דער פאר הדור הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א געדינט אלס מוהל ביים שמחת הברית מילה פון אן אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, מחשובי האדמורי"ם פונעם ישוב הישן אין ירושלים. דער רך הנולד איז א זון פונעם רבינ'ס אייניקל, הרה"ג ר' יחזקאל שרגא זייבאלד שליט"א, א זון פון הרה"צ ר' שלמה צדוק זייבאלד שליט"א, זון פון הגה"צ אב"ד אלטשטאט שליט"א, און איידעם ביים רבינ'ס זון הרה"צ


חסידי סאטמאר תושבי מאנטריאל אונטערן רושם פון קורצע ביקור המרומם פון האד' מסאטמאר | ברייטע דעקונג
מיטוואך פ' חקת בלק • ט' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש א יו"ט'דיגע שטימונג האט די וואך געהערשט צווישן עדת חסידי סאטמאר אין מאנטרעאל, במשך די ימי הביקור פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס איז געקומען צו פארן אויף א באזוך בקרב עדת תלמידיו וחסידיו תושבי העיר. ווי שוין באריכטעט איז דער רבי שליט"א געקומען צו פארן קיין מאנטרעאל לרגל דעם גמר המקח פון דעם נייעם גיגאנטשין בנין פאר די סאטמארער תלמוד תורה אין די שטאט, ווען דערביי האט מען די זכי' מקבל צו זיין חיזוק והדרכה וואס דער רבי שליט"א


ביקור גומלין: האד' מסאטמאר באזוכט ביי האד' מטאהש בעת קורצן באזוך אין קאנאדע
דינסטאג פ' חקת בלק • ח' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך אנקומענדיג אויפן קורצן באזוך אין מאנטרעאל איז כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א צוגעפארן אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, וועלכער האט אויפגענומען דעם רבי'ן שליט"א מיט א געוואלדיגע שמחה, און עס האט זיך אנטוויקלט א ידידות'דיגער שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים וואס האט זיך פארצויגן אויף לאנג. דער טאהשער רבי שליט"א האט אנגעגאסן כיבוד, און נאכן זיך וואונטשן ברכות לרוב האט דער טאהשער רבי שליט"א ארויסבאגלייט דעם


תושבי לאנדאן זענען מקבל פנים בכבוד פני כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א | ברייטע דעקונג
דינסטאג פ' חקת בלק • ח' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בלום ברגשי גילה ושמחה האבן חסידי באבוב 45 אין לאנדאן, מקבל פנים געווען פני כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, וועלכער איז דעם מיטוואך אינדערפרי אנגעקומען אויף א קורצן באזוך אין די שטאט לשמחת לב תושבי העיר. ווי שוין באריכטעט, איז דער רבי שליט"א אנגעקומען קיין לאנדאן, צו באזוכן ביי עדת צאן מרעיתו תושבי העיר, לכבוד די מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם ביהמ"ד דחסידי באבוב 45 אין לאנדאן און גלייכצייטיג זיך אומצוקוקן פו


מאסן חסידים און מעריצים מיטגעהאלטן קורצן באזוך פון האד' מראחמיסטריווקא אין שטאט בארא פארק
מאנטאג פ' חקת בלק • ז' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק י,JDN תושבי בארא פארק האבן פארלאפענעם וואך מקבל פנים געווען דעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וואס איז אנגעקומען צוגאסט קיין ניו יארק לטובת דער קרן עולם התורה. מיטוואך מיטאג האט דער רבי פארלאזט די אכסניא אין מאנסי אויפן וועג קיין בארא פארק, וואו דער רבי שליט"א איז צוגעפארן צום שטוב פון הרבני הנגיד ר' מתתיהו סווערדלאוו, מגדולי תומכי המוסדות, וואו דער רבי שליט"א האט קובע געווען א מזוזה אין זיין


אבן מאסו הבונים: מעמד אדיר "הנחת אבן הפינה" פאר בנין ביהמ"ד הגדול דק"ק באבוב 45 אין לאנדאן
מאנטאג פ' חקת בלק • ז' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בלום, מיט רגשי גילה ושמחה און אומבאשרייבליכע עקסטאז האבן חסידי באבוב-45 אין לאנדאן מיטגעהאלטן דעם היסטארישן און געהויבענעם מעמד "הנחת אבן הפנה" פארן נייעם פראכטפולן ביהמ"ד דחסידי באבוב-45, וואס ווערט אין די טעג אויפגעבויט אין צענטער פון שטאט, ומלכם בראשם כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א, וועלכער איז געקומען צו פארן פערזענליך פון ניו יארק מפאר צו זיין בראש השמחה. די קהלה הקדושה באבוב 45 אין לאנדאן, וואס דינט שוי


תושבי מאנטריאל אויפגענומען בהערצה דעם אורח הדגול האד' מקרעטשניף סיגעט וומסב''ג
מאנטאג פ' חקת בלק • ז' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN פארגאנגענעם וואך האבן תושבי מאנטריאל מקבל פנים געווען דעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א פון וויליאמסבורג וואס האט געוויילט אויף שבת קודש פרשת שלח, מברכים חודש תמוז בקרב העיר. ליל שישי ביים אנקומען אין שטאט איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים לכבודו, אין די אכסניא בבית הרה''ח ר' יעקב דוד אייזדארפער הי''ו אין אפטאון, וואו פילע תושבי העיר זענען אריבער שלום נעמען. נאכן מעמד איז אריבערגעקומען אויף א באז


ווידיאו • מעמד הכנסת ספר תורה צום נייעם בנין פון ישיבת ישועות משה וויזניץ אין לאנדאן
מאנטאג פ' חקת בלק • ז' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש


קורצע באזוך דורך הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א מסקווירא אין אויפבליענדע ישוב רמה ד' בית שמש
זונטאג פ' חקת בלק • ו' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך, ארי קופרשטוק חסידי סקווירא אין בית שמש האבן מיטגעלעבט א געהויבענעם טאג בצל הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א, וועלכער איז געקומען צו פארן אויף אן איין-טאגיגן באזוך, בשליחות הקודש פון אביו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, צו באשיינען די ריי מעמדים פון חסידי סקווירא תושבי העיר. מאנטאג אינדערפרי א' דר"ח איז רבי אהרן מענדל שליט"א אנגעקומען קיין בית שמש, און איז צוגעפארן לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' א


בן חמש למקרא: מעמד החומש סעודה אין תלמוד תורה וויען אין מאנסי
דאנערשטאג פ' קרח • ג' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


לראות בשלום הצאן: האד' מדושינסקיא באזוכט אין תלמוד תורה דושינסקיא בני ברק
דאנערשטאג פ' קרח • ג' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן מיטוואך נאכמיטאג, איז כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א אנגעקומען קיין בני ברק צו באזוכן דעם ארטיגן תלמוד תורה "מהרי"ץ דושינסקיא", וואס שטייט שוין קרוב צו 50 יאר אלס איינע פון די סאמע עלטסטע חסידישע חדרים אין שטאט. דער חדר איז געגרינדעט געווארן דורך דעם רבינ'ס פאטער, הרה"ק "מהרי"ם" דושינסקיא זצוק"ל, גאב"ד ירושלים, זייענדיג דער ערשטער מוסד פון חסידי דושינסקיא וואס איז געעפנט געווארן אינדרויסן פון די גרעניצן פון ירושלים, דינענדיג


זקן צדיקי רוזשין האד' מקאפיטשניץ וועט אנקומען צוגאסט קיין ניו יארק לרגל השמחה במעונו
דאנערשטאג פ' קרח • ג' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידים ואנשי מעשה אין אמעריקא און ספעציעל חסידי ואוהדי בית רוזשין גרייטן זיך צו ענטפאנגען דעם געהויבענעם גאסט פון ארץ הקודש כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א זקן אדמור"י בית רוזשין ומחשובי האדמורי"ם בעיר ה' שמה וועלכע קומט אן אויף א באזוך אין אמעריקא מאציל צו זיין מזיו הודו והדרו אויף קהל עדת צאן מרעיתו. דער רבי שליט"א קומט צופארן לרגל השמחה במעונו, די חתונה פון א אייניקל, די כלה א טאכטער ביי בנו חביבו הגה"צ ר' שלמה חיים פלינטנשטיין


מאסן תושבי מאנסי מקבל פנים געווען גדולי ישראל פון ארה"ק ביי מעמד "קבלת פני רבותינו" דעם ערב שבת שלח
דאנערשטאג פ' קרח • ג' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN ווידער אמאל האט זיך אפגעשפילט די געהויבענע מחזה הוד, דאסמאל אין עיר התורה והחסידות מאנסי, ווען טויזנטער אידן האבן אויסגעשריגן דעם "אין לנו שיור רק התורה הזאת" ביים מעמד "קבלת פני רבותינו", לכבודם פון די גדולי ומאורי הדור וואס זענען אנגעקומען בטלטולא דגברא רבא אויפצוטרייבן די אסטראנאמישע סכומים להצלת עולם התורה. טראץ די שפעטע מעלדונג איבערן מעמד, איז דער גיגאנטישער אטריום פלאזא זאל געווען איבערגעפילט עד אפס מקו


תושבי מאנסי מיטגעהאלטן געהויבענעם "הכנסת ספר תורה" דורך ק"ק פאפא אין שטאט
דאנערשטאג פ' קרח • ג' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN תושבי מאנסי האבן די וואך מיטגעהאלטן די שמחה הרוממה פון עדת ק"ק פאפא אין די שטאט, ביים געהויבענעם מעמד "הכנסת ספר תורה" וואס איז אפגעראכטן געווארן בראשות די מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א. די ספר תורה איז געשריבן געווארן דורך חסידי פאפא אין מאנסי, און איז אריינגעגעבן געווארן צום ביהמ"ד דחסידי פאפא שכונת סערל-ריווער אין מאנסי, וואו עס איז אויפגעשטעלט געווארן א גרויסער שאטער פארנט פון ביהמ"ד, וואו עס זענען אפ


מרוגש'דיגע באגעגעניש צווישן האד' מסקווירא מב"פ און ראש הישיבה הגאון ר' ישראל בונם שרייבער שליט"א לרפו"ש
מיטוואך פ' קרח • ב' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש הגאון רבי ישראל בונם שרייבער שליט"א לרפו"ש ראש ישיבת נתיב הדעת וואס וויילט די טעג אין ניו יורק אין ראם פונעם היסטארישן נסיעה דורך די גדולי ומאורי הדור לטובת דער 'קרן עולם התורה', האט נעכטן נאכמיטאג אפגעשטאט א באזוך במעון הקודש פון כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א מב"פ, ווי עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים. בין השיחין האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט רגשי הכרת הטוב פאר'ן רבי'ן שליט"א וואס האט אים שטארק ארויס


חסידי סאטמאר תושבי לעיקוואד מיטגעהאלטן יומא אריכתא ביי דערהויבענע באזוך פון האד' מסאטמאר בתוככי העיר
מיטוואך פ' קרח • ב' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש די וואך זונטאג העעל"ט איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען צוגאסט קיין לעיקוואד, קומענדיג צו פארן ממעון קדשו אין וויליאמסבורג צו באשיינען די "חומש סעודה" פון די צאן קדשים, די תלמידים פון כתה א' אין מוסדות סאטמאר לעיקוואוד, וואס איז פארגעקומען אין בית המדרש הגדול דסאטמאר לעיקוואוד. דער ביקור קודש האט זיך אנגעהויבן אין די פרימארגן שעה'ן, ווען דער רבי שליט"א איז אנגעקומען דאווענען שחרית אין היכל ביהמ"ד אינעם בנין הת"ת. דער רבי האט


ברוך הבא: שיינעם באזוך דורך הרה"ג ר' שלום רוקח שליט"א נכדו הגדול פון האד' מבעלזא אין שטאט ציריך שווייץ
מיטוואך פ' קרח • ב' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט געפילן פון שמחה און עקסטאז האבן חסידי בעלזא אין ציריך, שווייץ, מיטגעלעבט געהויבענע טעג, במחיצתו פון דעם חשוב'ן גאסט, הרה"ג רבי שלום רוקח שליט"א, דער עלטסטער אייניקל פון כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכער איז געקומען צו פארן פראווען א שבת התאחדות בתוככי הקהילה אין שטאט. דער באזוך האט זיך אנגעהויבן דאנערשטאג נאכמיטאג, ווען הרב שלום האט געלאנדעט אין ציריך. גלייך נאך תפילת מנחה אינעם לופטפעלד, האט מען זיך ארויסגעלאזט צום אכסניא


הערליכע חומש סעודה געפראוועט אין תלמוד תורה באבוב 45 מאנסי
מיטוואך פ' קרח • ב' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם זונטאג נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אנגעקומען קיין מאנסי לרגל די חומש סעודה פון די כיתה א' קינדער אין תלמוד תורה באבוב 45 מאנסי. ביים אריינקומען האבן פילע רבנים, די עלטערן און זיידעס שלום גענומען, און דער מנהל הרב מרדכי יואל לייטנער האט מקבל פנים געווען דער רבי שליט"א מיט פאסיגע דברי ברכה, נאך דברי תורה פון הגה"צ אבד"ק באבוב 45 מאנסי שליט"א, האבן די תינוקות של בית רבן פארגעזאגט דעם סדר החומש סעודה, און דער רבי האט


bottom of page
