top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תושבי מאנסי מיטגעהאלטן געהויבענעם "הכנסת ספר תורה" דורך ק"ק פאפא אין שטאט

  • לפני 5 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' קרח • ג' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

תושבי מאנסי האבן די וואך מיטגעהאלטן די שמחה הרוממה פון עדת ק"ק פאפא אין די שטאט, ביים געהויבענעם מעמד "הכנסת ספר תורה" וואס איז אפגעראכטן געווארן בראשות די מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א.


די ספר תורה איז געשריבן געווארן דורך חסידי פאפא אין מאנסי, און איז אריינגעגעבן געווארן צום ביהמ"ד דחסידי פאפא שכונת סערל-ריווער אין מאנסי, וואו עס איז אויפגעשטעלט געווארן א גרויסער שאטער פארנט פון ביהמ"ד, וואו עס זענען אפגעראכטן געווארן די ריקודין של שמחה לכבוד התורה הק', און דערביי האט מען מיטגעהאלטן די ריקודי קודש פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א מיט די נייע ספר תורה.


דער מעמד האט זיך אנגעהויבן מיטן "סיום כתיבת האותיות" אין שטוב פון הרה"ח ר' ישראל חיים וועבער הי"ו אויף די ענדראו גאס אין מאנסי, וואו דער רבי שליט"א האט פארענדיגט שרייבן די ספר תורה, באגלייט מיט ניגוני התעוררות ודביקות. אום 5:00 נאכמיטאג איז די ספר תורה ארויסגעפירט געווארן לרחובה של עיר, פון וואו די ספר תורה איז געפירט געווארן ביז צום בנין הביהמ"ד, באגלייט דורך די געהויבענע בעלי שמחה, חסידי פאפא וואס האבן זיך משתתף געווען ביים מעמד מלובש בבגדי שבת ויום טוב לכבוד השמחה הרוממה.



bottom of page