תושבי מאנטריאל אויפגענומען בהערצה דעם אורח הדגול האד' מקרעטשניף סיגעט וומסב''ג
- לפני 27 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' חקת בלק • ז' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
פארגאנגענעם וואך האבן תושבי מאנטריאל מקבל פנים געווען דעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א פון וויליאמסבורג וואס האט געוויילט אויף שבת קודש פרשת שלח, מברכים חודש תמוז בקרב העיר.
ליל שישי ביים אנקומען אין שטאט איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים לכבודו, אין די אכסניא בבית הרה''ח ר' יעקב דוד אייזדארפער הי''ו אין אפטאון, וואו פילע תושבי העיר זענען אריבער שלום נעמען. נאכן מעמד איז אריבערגעקומען אויף א באזוך הגה"צ ר' יוחנן וואזנער שליט"א, ראב''ד סקווירא ודומ''ץ סקווירא מאנטריאל.
אלע תפילות ועריכת השולחנות דורכאויס שבת זענען געפראוועט געווארן אויף א דערהויבענעם פארנעם אין די אכסניא, וואס איז געווען פאסיג צוגעגרייט אויפצונעמען דעם ציבור וואס האט זיך מסתופף בצל הקודש, אריינגערעכנט די געסט פון קרית טאהש און ניו יארק.
מוצאי שבת איז געווען זמני כניסה, נאכדעם איז געווען מלוה מלכה וואו דער רבי האט דערציילט סיפורי צדיקים פונעם בעל שם טוב הקדוש און פונעם בעל ההילולא זקינו הרה"ק רבי מאיר'ל מקרעטשניף זי''ע.
ס'האבן זיך אנגעזען מערערע רבנים ואדמורי"ם שליט"א: הגה''צ רבי יעקב אלי' אונדסאדפער אב''ד ראשית חכמה, דעם רבינ'ס ברודער הרה"צ רבי יואל זוסמאן, אדמו"ר מקרעטשניף קאנאדא שליט"א; דעם רבי'נס נעפיו הרה"צ רבי בנימין ראזענבוים שליט''א פון קרית טאהש, בן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א פון ארה"ק, הרה''צ רבי יוסף משה אונדסדארפער שליט''א און נאך. מיט ברהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען אחיו אדמו"ר מקרעטשניף קאנאדא שליט"א, און דערנאך פארטיילט כוס של ברכה, און קנאבל להצלחה.
במשך די וואך האט דער רבי באזוכט בבתי נגידים בעם, און אויפגענומען קרעטשניפער חסידים און מעריצים לעצה ולברכה. באזונדער האט דער רבי באזוכט ביי די חשובע אדמור''ים ורבנים פון שטאט צווישן זיי ביי הגה''צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט''א אבד''ק ראשית חכמה, הגה''צ רבי יוחנן וואזנער שליט"א ראב''ד סקווירא, און ביי הרה"ג רבי איסר פירסט שליט''א מנהל ראשית חכמה ובעל אכסני' פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ''ל.
אויך האט דער רבי באזוכט ביי כ''ק אדמו''ר מטאהש שליט''א במעונו אין קרית טאהש. דער טאהשער רבי שליט''א האט ארויסגעברענגט זיין קשר לבית קרעטשניף און פארציילט אז ער לערנט יעדן מוצש''ק משניות לע''נ דער קרעטשניף סיגעטער רבי זצ''ל וואס מען שטייט נאך אין די יאר צו זיין הסתלקות. דאן האט דער רבי פוקד געווען דעם ציון הק' פון הרה''ק מטאהש זצוק''ל שטייענדיג אינעם עת רצון פון ערב ראש חודש.
דינסטאג האט דער רבי שליט''א זיך באטייליגט ביי די גרויסע מעמד גמר מקח הבנין פון ק''ק סאטמאר אויף די הזמנה פון די ראשי הקהילה, און איז אויפגענומען געווארן במאור פנים דורך כ''ק אדמו''ר מסאטמאר שליט''א.
די צווייטע טאג ר''ח האט דער רבי שליט''א געדאוונט מנחה אין ישיבת תורת משה ד'סאטמאר חלק ב', און געפראוועט א לחיים אינאיינעם מיט די חשובע תלמידי הישיבה וואו דער רבי האט משמיע געוען פאסיגע דברי חיזוק און געוואונטשן גוטע שידוכים פאר יעדן. דאנערשטיג מיטאג האט דער רבי פארלאזט די שטאט מאנטרעאל, אויפן וועג אהיים למעון קדשו אין וויליאמסבורג.













