top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך הבא: שיינעם באזוך דורך הרה"ג ר' שלום רוקח שליט"א נכדו הגדול פון האד' מבעלזא אין שטאט ציריך שווייץ

  • לפני 18 שעות
  • זמן קריאה 3 דקות

מיטוואך פ' קרח • ב' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט געפילן פון שמחה און עקסטאז האבן חסידי בעלזא אין ציריך, שווייץ, מיטגעלעבט געהויבענע טעג, במחיצתו פון דעם חשוב'ן גאסט, הרה"ג רבי שלום רוקח שליט"א, דער עלטסטער אייניקל פון כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכער איז געקומען צו פארן פראווען א שבת התאחדות בתוככי הקהילה אין שטאט.


דער באזוך האט זיך אנגעהויבן דאנערשטאג נאכמיטאג, ווען הרב שלום האט געלאנדעט אין ציריך. גלייך נאך תפילת מנחה אינעם לופטפעלד, האט מען זיך ארויסגעלאזט צום אכסניא אין א ספעציעל אפגעדינגענע דירה נעבן דעם בעלזער שטיבל, וואו עס אז פארגעקומען א מסיבת קבלת פנים אין שפיץ פונעם דיין הרה"ג רבי שלום דירנפעלד שליט"א דומ"ץ בעלזא ציריך.


שפעטער ביינאכט האט זיך דער גאנצער ציבור פארזאמלט אין שטיבל, וואו עס איז פארגעקומען דער צענטראלער מעמד קבלת פנים, מיט די השתתפות פון חשוב'ע רבנים און דיינים פון די שטאט, ובראשם דער מרא דאתרא הגה"צ רבי הערש אלימלך פאדווא שליט"א, וועלכער האט משמיע געווען דברי ברכה לכבוד דעם חשובן גאסט.


פרייטאג ערב שבת, האט זיך אנגעהויבן מיט א דערהויבענע תפילת שחרית אין ביהמ"ד. גלייך נאך דעם דאווענען איז פארגעקומען א ספעציעלע מסיבת לחיים פאר די קינדער, די צאן קדשים פונעם שטיבל. דורכאויס דעם טאג האט הרב שלום אפגעשטאט א סעריע ביקורי כבוד ביי די רבנים פון שטאט; צווישן זיי, ביים מרא דאתרא הגה"צ רבי הערש אלימלך פאדווא שליט"א גאב"ד ציריך, ביי הרה"ג ר' יוסף ווייס שליט"א רב דביהמ"ד מחזיקי הדת, און ביים דומ"ץ הקהילה הרה"ג ר' שלום דירנפעלד שליט"א. שפעטער אין טאג האט רבי שלום שליט"א איבערגעגעבן א שמועס פאר די בחורים פון די קהילה.


פארנאכטס, פאר'ן זמן הדלקת נרות, האט ער אפגעשטאט א ספעציעלן ביקור חולים באזוך אינעם פריוואטן "אמי" שפיטאל אין ציריך, ווי עס געפינט זיך ליידער כ"ק האדמו"ר מהארדענקא שליט"א רבי יצחק אריה בן חנה לרפואה שלימה, האט שלום האט דארט פארברענגט א וויילע, שמועסנדיג איבער אלטע זכרונות און עובדות פון די פריערדיגע צדיקים לבית בעלזא, ווי אויך עובדות והנהגות פונעם זיידן הר"ק בעל ישועת משה מוויזניץ זצוק"ל. ביים זיך געזעגענען האט דער הארדענקער רבי ספעציעל געבעטן איבערצוגעבן א ווארעמע פריסת שלום פאר כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א.


דער שבת התאחדות איז געווען א געהויבענער איבערלעבניש מבואו ועד צאתו. נאך מנחה ערב שבת איז דער אורח הדגול צוגעגאנגען צום עמוד און געדאווענט קבלת שבת פאר'ן עמוד מיט גרויס נעימות.


די סעודת ליל שבת קודש איז געפראוועט געווארן בצוותא חדא מיט די אברכים און מתפללי השטיבל אינעם היכל בית המדרש. נאך דער סעודה איז פארגעקומען די 'שבת אחים' וואס האט זיך געצויגן ביז די שפעטע נאכט שעות בהשתתפות א שיינעם ציבור מתושבי העיר.


שבת אינדערפרי האט הרב שלום עולה געווען געבענטשט ברכת החודש, און איז נאכדעם צוגעטרעטן צו תפילת מוסף פאר'ן עמוד. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א 'קידושא רבא' לכבוד א שמחה ביי איינע פון די מתפללי ביהמ"ד. נאכמיטאג האט דער גאסט איבערגעגעבן א ספעציעלע שיחת חיזוק פאר די יונגערע אינגעלייט פון די קהילה. נאך תפילת מנחה איז געפראוועט געווארן די סעודת רעוא דרעוין מיט גרויס התעוררות און א ווארעמע אטמאספערע, וואס האט זיך געצויגן ביז א שעה נאכן זמן מוצאי שבת.


שפעטער מוצאי שבת קודש האט הרב שלום אנטיילגענומען אין א רייכע סעודת מלוה מלכה, וואס איז צוגעשטעלט געווארן דורך דעם באקאנטן עסקן הרה"ח ר' בערל פרידמאן הי"ו, וועלכער האט געארבעט אומערמידליך פאר'ן הצלחה פון דעם גאנצן שבת און דעם באזוך דורכאויס די גאנצע וואך.


זונטאג אינדערפרי האט הרב שלום געדאווענט שחרית אינעם שטיבל, און גלייך נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מעמד צאתכם לשלום, וואו די מתפללים האבן זיך געזעגנט פונעם חשוב'ן גאסט מיט ברכות לרוב. שפעטער נאכמיטאג האט ער משמיע געווען א ספעציעלע שיחת חיזוק פאר די בחורים פון די מכינה לישיבה לצעירים, וועלכע האבן יענעם שבת געפראוועט א שבת התאחדות פון די ישיבה אויסער די שטאט. ביינאכט איז הרב שלום ארויסגעפארן צו די בערג וואו ער האט געוויילט די נאכפאלגנדע טעג למנוחת הנפש.



bottom of page