תושבי לאנדאן זענען מקבל פנים בכבוד פני כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א | ברייטע דעקונג
- 23 ביוני
- זמן קריאה 6 דקות
דינסטאג פ' חקת בלק • ח' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בלום
ברגשי גילה ושמחה האבן חסידי באבוב 45 אין לאנדאן, מקבל פנים געווען פני כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, וועלכער איז דעם מיטוואך אינדערפרי אנגעקומען אויף א קורצן באזוך אין די שטאט לשמחת לב תושבי העיר. ווי שוין באריכטעט, איז דער רבי שליט"א אנגעקומען קיין לאנדאן, צו באזוכן ביי עדת צאן מרעיתו תושבי העיר, לכבוד די מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם ביהמ"ד דחסידי באבוב 45 אין לאנדאן און גלייכצייטיג זיך אומצוקוקן פונדערנאנט אויף דעם הרחבת גבולי הקדושה פון די קהילה און די מוסדות אין די שטאט. דער רבי שליט''א האט מיטוואך צופרי געלאנדעט אין די היטרא לופטפעלד, וואו ס'האבן מקבל פנים געווען א גרויסער ציבור חסידים. די רבי שליט"א איז צוגעפארן קיין גאלדערס גרין, צום אכסניא בבית משפחת המנוח ר' בן ציון דאננער ע"ה, וואו מען האט זיך געשטעלט דאווענען שחרית.
מיטאג צייט איז דער רבי שליט"א צוגעפארן צום בית המדרש בית שמואל ראדאמישלא, וואו דער רבי האט געדינט אלס סנדק ביי א ברית לבן אחד מחסידיו. נאכן ברית האט דער רבי שליט"א זיך באגריסט מיט'ן מוהל מחותנו הגה"צ ר' משה חיים ווייס שליט"א, אבד"ק סאטמאר לאנדאן, דער רבי האט מעריך געווען א שולחן לחיים און א גרויסן צאל מתפללי ביהמ"ד און תושבי המקום זענען דורך שלום נעמען.
נאכדעם איז דער רבי שליט"א צוגעפארן צום מעמד קבלת פנים דורך די תלמידי הישיבה קטנה באבוב 45, וואס זענען געקומען צו פארן קיין גאלדערס גרין, רבנן ותלמודיהון, די קבלת פנים איז פארגעקומען אין סאדיגורא בית המדרש, וואו כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן שליט"א איז ארויסגעקומען מקבל פנים זיין דעם רבי'ן שליט"א, און דער רבי איז ארויף אויף א וויזיט צום סאדיגורער רבי אין זיין צימער אין ביהמ"ד, וואו ס'איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים.
נאכדעם איז דער רבי אריין אין בית המדרש, וואו די בחורי הישיבה קטנה האבן מקבל פנים געווען בשירה ובזמרה. דער רבי שליט"א האט צום ערשט איבערגעגעבן א קורצע שיעור אין די סוגיא וואס די בחורים זענען עוסק אין מסכת קידושין, און ממשיך געווען מיט די דברי קודש און ברכת קדשו פאר די בחורים. נאכ'ן אויפגעבן לעקעך און בראנפן האט דער רבי שליט"א געוואונטשן ברכת לחיים, און מוסיף געווען אויף די דברות קודש.
נאכ'ן פארטיילן די לעקעך און בראנפן פאר די מרביצי תורה פון די ישיבה, האט דער רבי שליט"א מכבד געווען איינע פון די נכבדי העדה צו זינגען די ניגון "עבדו את ה' בשמחה" וואס דער רבי האט פארפאסט. נאכדעם האט די מנהל הישיבה הרה"ג ר' אפרים סאנדער שליט"א אויפגערופן די בחורים וואס האבן זיך פארהערט די לימודים, צו באקומען א מתנה א ספר פון רבי'ן שליט"א.
ביינאכט האט דער רבי שליט"א באשיינט א רייכע מסיבה לטובת די קרן הבנין פונעם נייעם ביהמ"ד באבוב 45 אין לאנדאן וואס איז פארגעקומען אין שטוב פון ש"ב הרב דוד שטערן שליט"א רב ביהמ"ד אהל משה אין די גאלדערס גרין געגענט וואו עס זענען זיך צונויפגעקומען א גרעסערן צאך נדיבים בעם תושבי השכונה.
ביי די מסיבה האט מען געהערט די דרשות פונעם בעל האכסניא הרב דוד שטערן און נאך מגידים און בעלי דרשנים פון שטאט. דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש, צום ערשט א קורצע שיעור פלפול, און מסיים געווען מיט א דרוש מעניני דיומא. די משתתפים זענען דערנאך אריין איינציגווייז אל הקודש פנימה מקבל זיין ברכות הקודש, וואו מען האט זיך אונטערגענומען סכומים נכבדים לטובת די נייע ביהמ"ד.
פון דארט איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום שטוב פון שאר בשרו הנגיד הרב בן ציון פרישוואסער שליט"א נכד הרה''ק בעל קדושת ציון מבאבוב, וואו מען האט געדאוונט מעריב. נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, וואו ס'איז געשאפן געווארן א שיינע שמועס איבער פארשידענע זכרונות מימי קדם. דער רבי שליט"א האט געטרינקען לחיים, און געוואונטשן רבי בנציון ומשפחתו.
שפעטער ביינאכט האט דער רבי פארלאזט גאלדערס גרין אויפ'ן וועג קיין סטעמפארד הילל, אונטערוועגנס איז דער רבי צוגעפארן צו א חתונה ביי איינע פון די חסידים וואו א גרויסן ציבור תושבי העיר האט שלום גענומען. צווישן אנדערע האט דער רבי באגריסט ביי די שמחה הגה"צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א נשיא ישיבת תורת חסד, כ"ק האדמו"ר מבישטינא שליט"א פון פתח תקוה, און הרה"ג ר' יחזקאל ראפאפארט שליט"א, ראש ישיבת תפארת ישראל לאנדאן.
דער רבי שליט"אא האט איבערגענעכטיגט אין די אכסניא בבית הרה''ג רבי יחזקאל שלאף שליט''א אבד"ק בילאווע לאנדאן.
דאנערשטאג אינדערפרי האט זיך אנגעהויבן דער יומא אריכתא מיט א ווארעמע תפילת שחרית נאכגעפאלגט מיט א באזוך אין די מוסדות דחסידי באבוב 45 אין לאנדאן און צום קלימאקס דער מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם ביהמ"ד ווי באזונדער באריכטעט.
ביינאכט איז דער רבי ווידער אנגעקומען קיין גאלדערס גרין צום אכסניא בבית משפ' דונער, און פרייטאג ערב שבת פארטאגס האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים למעון קדשו אין בארא פארק.
מיט רגשי גילה ושמחה און אן אומבאשרייבליכע עקסטאז האבן חסידי באבוב-45 אין לאנדאן מיטגעהאלטן דעם היסטארישן און געהויבענעם מעמד "הנחת אבן הפנה" פארן נייעם פראכטפולן ביהמ"ד דחסידי באבוב-45, וואס ווערט אין די טעג אויפגעבויט אין צענטער פון שטאט ומלכם בראשם כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א, וועלכער איז געקומען צו פארן פערזענליך פון ניו יארק מפאר צו זיין בראש השמחה.
די קהלה הקדושה באבוב 45 אין לאנדאן, וואס דינט שוין יארן לאנג אלס א הערליכער מבצר התורה והחסידות תחת דגלו והדרכתו פונעם רבי'ן שליט"א, איז שוין לאנג אויסגעוואקסן דעם אלטן בנין, ווען דער "לחץ זו הדחק" האט זיך געשפירט אויף טריט און שריט צוליב דעם גרויסן בליה און וואוקס פון די חברי הקהלה זקנים עם נערים.
צוליב דעם זענען די געטרייע עסקנים און חברי וועד קרן הבנין, אין שפיץ פון הרבני הנגיד ר' חיים שלמה גאלדמאן הי"ו, אריינגעשפרונגען אין דעם גיגאנטישן אונטערנעמונג אפצוקויפן דעם שטח אויף די קלעפטאן-קאמאן גאס ביים ווינקל פון ברעידן-ראוד, כדי אויפצושטעלן א "בית גדול וקדוש" וואס זאל זיין א כלילת יופי מבית ומבחוץ, מיט א גיגאנטישן היכל ביהמ"ד פון אריבער 4,000 סקווער פוס, רחבות'דיגע חדרי תורה ותפילה, א פראכטפולע מקוה, און א שמחה-זאל פאר די תושבי העיר.
דער היסטארישער מעמד איז פארגעקומען דאנערשטאג נאכמיטאג אויפן גרויסן שטח הבני' וואס איז שוין געווען אויסגעגראבן ביזן מאקסימאלן טיפקייט, גרייט פארן גיסן די יסודות.
ביים ערשיינען פון רבי'ן שליט"א האט דער עולם אויסגעבראכן אין פייערליכע געזאנגען פונעם ניגון "ברוך הבא בשם ה'" באגלייט דורך א קאפעליע בעלי מנגנים וואס האבן מהנה געווען דעם ציבור, דורכאויס די מעמד מיט ניגוני התעוררות און פרייליכע ריקודין, דער רבי שליט"א האט זיך געזעצט אויפן הויכן צוויי-שטאקיגן אויבנאן וואו עס האבן באשיינט פילע רבנים גאו"צ ואדמור"י העיר, און בראשם כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א.
אלס יושב ראש המעמד האט געדינט דער געטרייער גבאי הביהמ"ד הרה"ח ר' חיים יקותיאל רייכבערג הי"ו, וועלכער האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט טרעפליכע דיבורים. דאן האבן אויפגעטרעטן מיט הארציגע דרשות הגה"צ רבי יוסף פאדאווא שליט"א ראש דייני התאחדות קהילות החרדים, און הרב לייבל סטעמפל שליט"א, אן אייניקל פונעם הייליגן "קדושת ציון" מבאבוב זי"ע, וואס האט מיט גרויס התרגשות געשילדערט לעבעדיגע עובדות וזכרונות מבית באבוב, ארויסברענגנדיג זיין נאנטע שייכות מיט שאר בשרו הרה"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב זי"ע, און מיט גרויס באגייסטערונג ארומגערעט בשבח הקהלה הקדושה אין לאנדאן, וואס בליהט און וואקסט תחת נשיאותו פונעם רבי'ן שליט"א, און אויסגעדרוקט זיין אומבאשרייבליכע שמחה צו זען ווי מען לייגט דעם גרונדשטיין פאר א פרישן מבצר התורה והחסידות וואס וועט פאראייביגן דעם נאמען פון די הייליגע באבובע רבי'ס.
תיכף נאכדעם האט מען געהערט דברי ברכה פונעם רבי'נס זון, הרה"צ רבי שלום אונגער שליט"א, וועלכער האט מחזק געווען דעם ציבור מיט ווארימע דיבורים לכבוד המאורע.
דער הויכפונקט פונעם מעמד איז געווען ווען דער רבי שליט"א האט משמיע געווען די דברות קודש, דער רבי האט צום ערשט באגריסט די פילע רבנים וואס זענען געקומען מפאר זיין בראש השמחה, און באזונדער דעם חשובן גאסט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א. מיט א קול מלא רגש האט דער רבי אפגעגעבן א שבח והודאה צום אייבערשטן פארן דערלעבן דעם דאזיגן פרייליכן מאמענט, באטאנענדיג אז מען בויט דא א "בית גדול לאהבת תורה ויראת שמים" לויטן אויסגעטרעטענעם וועג פון די צדיקי בית באבוב. דער רבי האט מאריך געווען בשבחו פון זיין גרויסן שווער הרה"ק מבאבוב זי"ע, וועלכער איז געווען דער בונה ומקים פון די מוסדות הקדושים נאכן חורבן, און מיט פרייד ארמגערעט ווי מען זעט ווי זיין הייליגע דרך ווערט ווייטער נמשך בגאון ובעוז בפרט אין לאנדאן הבירה דורך א ציבור מסלתה ומשמנה.
דער רבי האט מרחיב געווען בדברי תורה ודרוש איבער עניני קדושת בית הכנסת און דערמאנט מיט גרויס הערצה די זכות פונעם "שם הבנין" וואס איז אפגעקויפט געווארן דורך הגה"צ רבי יחזקאל שלאף שליט"א אב"ד ביאלאווע, לעילוי נשמת אביו הרה"ח ר' נחום שלאף ז"ל. דער רבי האט מסיים געווען מיט ווארעמע ברכות פאר די געטרייע עסקנים וואס ארבעטן במסירות נפש, וואונטשנדיג אז דער בנין זאל אויפגעבויט ווערן שנעל און גרינג מיט גרויס סייעתא דשמייא.
א סקרון איז דורך אין די ביינער ביים ריזן ציבור ווען דער רבי שליט"א איז צוגעגאנגען גיסן די אבן הפינה, מיט גרויס רגש האט דער רבי געגאסן דעם צעמענט און אריינגעלייגט מטבעות אין די יסודות הבנין, בשעת דער גאנצער עולם זינגט מיט א הארציגע התעוררות ניגוני דביקות. דער רבי האט מכבד געווען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א אויך צו גיסן צעמענט, און תיכף דערנאך האבן די בעלי מנגנים אויסגעבראכן אין ניגוני שמחה וואס האט אריינגעשלעפט דעם גאנצן ציבור אין פייערליכע ריקודים. א באזונדערע זכיה האבן געהאט די נדיבי עם און בוני הבנין וועלכע זענען גערופן געווארן ערהאלטן ברכת קדשו פונעם רבי'ן פערזענליך. נאכן מעמד איז דער גאנצער ציבור אריבער שלום נעמען מיט גרויס התרגשות, און מען האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן מיט פייערליכע געזאנגען ביז צום קאר.
פון דארט איז דער רבי ארויסגעפארן לבית האכסניה און געדאוונט מנחה, שפעטער אויפדערנאכט איז דער רבי ארויסגעפארן קיין גאלדערס-גרין, זיך אפשטעלנדיג אויפן וועג ביי א שבע ברכות בבית הרה"ח ר' מנדל שטרום הי"ו. אנקומענדיג צום אכסניה בבית משפחת דונער האט מען געדאוונט מעריב מיט גרויס התעלות, און באשמורת הבוקר האט דער רבי געדאוונט שחרית און ארויסגעפארן צום לופטפעלד אויפן וועג צוריק קיין ניו יארק.






































































































תגובות