top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לראות בשלום הצאן: האד' מדושינסקיא באזוכט אין תלמוד תורה דושינסקיא בני ברק

  • לפני 55 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' קרח • ג' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

נעכטן מיטוואך נאכמיטאג, איז כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א אנגעקומען קיין בני ברק צו באזוכן דעם ארטיגן תלמוד תורה "מהרי"ץ דושינסקיא", וואס שטייט שוין קרוב צו 50 יאר אלס איינע פון די סאמע עלטסטע חסידישע חדרים אין שטאט. דער חדר איז געגרינדעט געווארן דורך דעם רבינ'ס פאטער, הרה"ק "מהרי"ם" דושינסקיא זצוק"ל, גאב"ד ירושלים, זייענדיג דער ערשטער מוסד פון חסידי דושינסקיא וואס איז געעפנט געווארן אינדרויסן פון די גרעניצן פון ירושלים, דינענדיג אלס דער יתד ופינה פארן אויפבוי פון די קהילה איבערן גאנצן לאנד. דער חדר איז באקאנט מיט זיין הויכן ניווא פון תורה, יראת שמים, און חסידות בדרך ישראל סבא על טהרת הקודש, אונטער די דירעקטע הנהגה פונעם רבי'ן שליט"א. דער רבי שליט"א האט געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידים פון די עלטערע קלאסן, און צום שלוס זענען די מנהלים, משגיחים און מחנכים די כלי קודש אריבער באקומען דעם רבינ'ס ברכת קודש.



bottom of page