קהל תולדות משה אין בית שמש אפגעהאלטן כינוס חיזוק בראשות האד' מתולדות משה
- 24 ביוני
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' חקת בלק • ט' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

ברגשי קודש האבן חסידי ואוהדי תולדות משה אין בית שמש זוכה געווען צו א געהויבענעם באזוך פון כ"ק אדמו"ר מתולדות משה שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אין שטאט זיך משתתף צו זיין ביי א כינוס חיזוק און התעוררות פאר בני הקהילה אין שטאט, וועלכע האבן זיך צונויפגעזאמלט צו הערן דברי חיזוק און הדרכה פון רבי'ן שליט"א.
צווישן די משתתפים איז אויך געווען דער סגן ראש העיר הרב חנוך דרנגר, וועלכער איז באקאנט מיט זיין עסקנות לטובת הקהילה אין בית שמש.
במשך די אסיפה האט דער רבי שליט"א גערעדט איבער עניני עבודת ה', און ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון דינען דעם אויבערשטן בתמימות ובדביקות, ספעציעל אין די צייטן פון עקבתא דמשיחא. דער רבי האט מחזק געווען דעם ציבור אז יעדער יחיד'ס עבודת ה' האט א באזונדערע חשיבות, און מען דארף זיך אפהיטן פון נסיונות וואס קענען אוועקנעמען דעם מענטש פון רוחניות און עבודת ה'.
ווי אויך האט דער רבי שליט"א מעורר געווען איבער די חשיבות פון בין אדם לחבירו, צו העלפן א צווייטן איד מיט אמת'דיגע אהבת ישראל און אן קיין חשבונות.
נאכדעם האט דער רבי אריבערגעגעבן דאס ווארט פאר בנו הרה"ג ר' שאול יחזקאל גראס שליט"א, וועלכער האט אונטערגעשטראכן די זכי' פון די בני הקהילה זיך צו קענען צוזאמנעמען אינאיינעם, און זיך מחזק זיין אין די היינטיגע בוזשעווענדע תקופה, ווען מען דארף ביתר שאת זיך שטארקן אין אמונה, בטחון און עבודת ה'.
אויך האט מען געהערט דברי חיזוק פון הרה"ג ר' צבי הערש פאפער שליט"א, מו"ץ הקהילה אין בית שמש, וועלכער האט גערעדט איבער אקטועלע ענינים העומדים על הפרק.
צום שלוס האט דער ציבור זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכן ריקוד אויף די נגון "לב טהור ברא לי", און דערנאך זענען די אנוועזנדע אריבער מקבל זיין ברכת קדשו פון רבי'ן שליט"א.






















תגובות