top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאסן תושבי מאנסי מקבל פנים געווען גדולי ישראל פון ארה"ק ביי מעמד "קבלת פני רבותינו" דעם ערב שבת שלח

  • לפני 46 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' קרח • ג' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

ווידער אמאל האט זיך אפגעשפילט די געהויבענע מחזה הוד, דאסמאל אין עיר התורה והחסידות מאנסי, ווען טויזנטער אידן האבן אויסגעשריגן דעם "אין לנו שיור רק התורה הזאת" ביים מעמד "קבלת פני רבותינו", לכבודם פון די גדולי ומאורי הדור וואס זענען אנגעקומען בטלטולא דגברא רבא אויפצוטרייבן די אסטראנאמישע סכומים להצלת עולם התורה.


טראץ די שפעטע מעלדונג איבערן מעמד, איז דער גיגאנטישער אטריום פלאזא זאל געווען איבערגעפילט עד אפס מקום מיט א ציבור האלפים וואס איז געקומען מקבל פנים זיין די גדולי ומנהיגי הדור פון ארץ ישראל, ארזי הלבנון.


מיט אן אומבאשרייבליכע חרדת קודש און עקסטאז האט מען אויפגענומען די משלחת גדולי ישראל ווען זיי זענען ערשינען אינעם זאל, בראשם מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א, ואתו עמו הגאון הגדול רבי יעקב הלל שליט"א ראש ישיבת אהבת שלום, הגאון הגדול רבי אברהם סאלים שליט"א ראש ישיבת מאור התורה, הגאון רבי ישראל בונים שרייבער שליט"א ראש ישיבת נתיב הדעת, הגאון רבי חיים מרדכי אוזבאנד שליט"א ראש ישיבת עטרת שלמה, און הגאון הצדיק רבי שמעון גלאי שליט"א, וואו אלעמענס אויגן זענען געוואנדן צום בימת הכבוד לחזות בזיו פניהם פון די מאורי הדור.


דער מעמד איז געעפנט געווארן מיט דברי פתיחה דורך הרב ראובן וואלף שליט"א, יושב ראש קרן עולם התורה, וועלכער האט באגריסט די גדולי הדור. דערנאך האט אויפגעטרעטן הגאון רבי חיים מרדכי אוזבאנד שליט"א, וועלכער האט מיט זיין פייערדיגן שפראך ארומגערעט איבער דעם קריטישן מיסיע פארן קרן עולם התורה, ערקלערנדיג אז עס ליגט א פליכט אויף יעדן יחיד אויסצוהאלטן כאטש איין יונגערמאן פארן מינימאלן סכום פון 276 דאללער פאר איין חודש אין יאר.


דער הויכפונקט פונעם מעמד איז געווען ווען מען האט זוכה געווען צו הערן די דברי אלקים חיים פונעם רבן של ישראל הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א, וועלכער האט משמיע געווען פלאם פייערדיגע דברי התחזקות אויף אידיש. דער ראש הישיבה האט אראפגעלייגט דעם ביטערליכן מצב און די שרעקליכע גזירות וואס הויערן איבער די לומדי תורה אין ארץ ישראל וואס קוקן שטארק ארויס אויף די שטיצע פון יעדן יחיד.


מיט א באזונדערע יראת הכבוד האט מען דאן געהערט דעם דבר ה' ברמה דורך הגאון הגדול רבי יעקב הלל שליט"א, וועלכער האט מחזק געווען די לומדי תורה ותומכי' אויף לשון הקודש. עס האט נאכגעפאלגט מיט "קבלת עול מלכות שמים" וואס האט אפגעהילכט אינעם גאנצן זאל דורך הגאון הגדול רבי אברהם סאלים שליט"א, וואס האט איבערגעלאזט א טיפן רושם אויף די אלפי המשתתפים. 


די מעמד האט זיך געשלאסן מיט פייערליכע ריקודין לכבוד התורה, ווען דער עולם טאנצט מיט אן עקסטאז, שפירנדיג די זכיה פון שטיין לימין רבותינו אין די גורל'דיגע שעות פארן עתיד פון עולם התורה.



bottom of page