top of page
שעת מלחמה: חתונה בחצה"ק תולדות אברהם יצחק אריבערגעפירט צו אונטערערדישע ביהמ"ד הגדול קארלין סטאלין
מאנטאג פ' ויקהל פקודי • כ' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש אין שאטן פונעם בוזשעווענדע מלחמה אין ארץ ישראל איז היינט באשטעטיגט געווארן אז די מארגנדיגע חתונה בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק וועט, אנדערש ווי געפלאנט, געפראוועט ווערן אין די אונטערערדישע ביהמ"ד הגדול קארלין סטאלין אין גבעת זאב. די חתונה פונעם רבינס אייניקל, די כלה א טאכטער פון זיין איידעם הרה"צ רבי אפרים אהרן לעמבערגער שליט"א האט געזאלט פארקומען אינעם שטאטישן אודיטאריום אין ביתר ווי געווענליך, למעשה האט די פארוואלטונג פונעם


חלק לשמונה: האד' מבית יצחק ספינקא מעורר לענדלארדס זיך צו פירן יושר'דיג מיט "סעקשאן 8" רעגירונג-הילף
זונטאג פ' ויקהל פקודי • י"ט אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילד קרעדיט: דוד כהן גאר שטארקע דברי מוסר איז געהערט געווארן דעם פארלאפענעם שושן פורים ביים טיש לכבוד היום דורך כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, וועלכער האט אדרעסירט דעם שווערן מצב אין וויליאמסבורג מיט די הימלשרייענדע דירות פרייזן, און באזונדער מרחיב געווען איבער'ן נושא פון די "סעקשאן 8" געלטער וואס די לענדלארדס באקומען פון די רעגירונג צו העלפן די טענענטס מיט די רענט. דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן מיט'ן מעלה זיין זכרונו ה


שטארקע דברי מוסר והשקפה געהערט פון האד' מסאטמאר איבער זיך פרייען מיט נצחונות פון ציונים
זונטאג פ' ויקהל פקודי • י"ט אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש תלמידי וחסידי סאטמאר האבן געהערט דעם קול ה' בכח וואס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט משמיע געווען די וואך ביי שלש סעודות איבער די ביטערע נסיונות וואס הויערט אויף דעם יהדות החרדית אין די יעצטיגע שטורמישע טעג, ווי דער רבי האט שארף ארויסגעטרעטן קעגן אזעלכע וואס פרייען זיך מיט די נצחונות פון די "עגל הציוני", ארויסברענגענדיג דעם שרעקליכן חורבן וואס דאס קען ברענגען אויף כלל ישראל. דער רבי שליט"א האט דערציילט א סיפור וואס ער געדענקט


טרויער בעולם החסידות נאך הסתלקות לשמי מרום פון כ"ק אדמו"ר מאסטראוו קאלושין זצ"ל
פרייטאג פ' כי תשא • י"ז אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס צער און טיפן טרויער ווערט אויפגענומען די שווערע בשורה על סילוקו של צדיק, מזקני וחשובי האדמורי"ם אין אמעריקא, חסידא ופרישא פאר מקדושים, כ"ק אדמו"ר מאוסטראוו קאלושין הגה"צ רבי דוד שפיגל זצ"ל פון סידערהויסט, וועלכע האט יעצט אינדערפרי משיב געווען נשמתו הטהורה ליוצרה אין עלטער פון ניינציג יאר. דער רבי זצ"ל איז געבוירן געווארן כ"ב אייר תרצ"ו אויפן אמעריקאנער באדן אין בראנקס, אלס דער בן זקונים צו זיין גרויסן טאטן הרה"צ רבי פ


וזרח השמש: הרה"צ ר' ראובן בידערמאן שליט"א געקרוינט אלס ממלא מקום אביו כ"ק אדמו"ר מלעלוב זצ"ל
דאנערשטאג פ' כי תשא • ט"ז אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס שמחה און רגשי נחמה האבן חסידי לעלוב זיך היינט געוואונטשן מזל טוב לרגל די המשכת שלשלת הקודש נאכ'ן הסתלקות לשמי מרום פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב זצ"ל, ווען ס'איז במעמד כל העדה אויפגענומען געווארן בנו בכורו מזה בן מזה ברא כרעה דאבוה, הרה"צ חסידא ופרישא רבי ראובן אלטר בידערמאן שליט"א לעלות על גפי מרומי קרת און ממלא זיין מקום קדשו פון אביו דער רבי זצ"ל בהנהגת העדה והקהלה. דער מעמד הכתרה איז פארגעקומען ביים סע


על כס הרבנות: הגה"צ רבי אלעזר שטערן שליט"א עמטליך געווארן אויפגענומען אלס גאב"ד מירון
זונטאג פ' כי תשא • י"ב אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש מטעם די אפיציעלע איינוואוינער קאמיטע פון מושב מירון איז אין די טעג ארויסגעשטעלט געווארן א מודעה, איבער די עמטליכער התמנות פון הגה"צ ר' אלעזר שטערן שליט"א אלס אפציעלער רב פונעם ישוב אין מירון, דערמיט וועט ער ממלא זיין מקום אביו הגדול הגה"צ רבי מאיר זאב שטערן זצ"ל גאב"ד מירון וועלכע האט געדינט אלס רב אינעם ישוב מירון פאר גאנצע זעכציג יאר, פון יאר תשי"ט ביז צו זיין פטירה מיט דריי יאר צוריק אום שנת תשפ"ג, און איז געשטאנען אין שפיץ פ


פרעכטיגע הילטאן רעזארט נעבן קראקא וועט אקאמאדירן נסיעה רוממה "בוני המלוכה" אין שפיץ פון האד' מסאטמאר
זונטאג פ' כי תשא • י"ב אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש די הערצער פון די הונדערטער נדיבי בית סאטמאר זענען איינגעהילט מיט שטורעמישע רגשי הלבבות, ווען עס טיילט אפ ווינציגער ווי דריי חדשים, ווען זיי גייען האבן די זעלטענע זכי' מיטצולעבן דעם ערווארטעטן דערהויבענע "נסיעה רוממה" לקדושים אשר בארץ המה אין אייראפע, בצלא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהרי"י). די נסיעה וועט זיין אן ערשטמאליגער געשעעניש בקורות ימי סאטמאר, וואס ווערט אונטערגענומען לטובת די "בוני המלוכה" וואס שטייען לימין הק


ציון מבר תבכה: הגאון הגדול רבי יעקב מענדל יאראוויטש זצ"ל חבר בד"ץ העדה החרדית פלוצלינג נפטר געווארן
מוצאי שבת פ' תצוה • י"א אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש ויהי נועם נשבת במוצאי שבת: א וואלקן פון טרויער און יתמות האט זיך אראפגעלאזט אויף די גאנצע יהדות החרדית על בשורה קשה יוצא משערי ירושלים עיה"ק איבער די הסתלקות לשמי רום פונעם אדם הגדול בענקים, עמוד ההוראה ולוחם מלחמת ה', הגאון הגדול רבי יעקב מענדל יאראוויטש זצ"ל, חבר ביה דינא רבה העדה החרדית, ורב ק"ק תולדות אהרן, וועלכע איז דעם שבת פלוצלינג נסתלק געווארן בסערה השמימה אין בלויזן עלטער פון דריי און זיבעציג יאר, איבערלאזנדיג א געווא


גיגאנטישער "11 אקער-לאנד שטח" אפגעקויפט אין שכונת בלומינגראוו פאר קרית הישיבות ד'סאטמאר
דאנערשטאג פ' תצוה • ט' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס פרייד און הודאה להשי"ת האבן חסידי סאטמאר אין קרית יואל אויפגענומען די בשורה מרנינה איבער דעם מוצלח'דיגן קלאוזינג אויף א גיגאנטישער "11 אקער-לאנד שטח" אין שכונת בלומינגראוו צו דינען אלס גיגאנטישער "קרית הישיבות" פאר די ישיבה קטנה ד'סאטמאר קרית יואל, בנשיאותו הרמה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהרי"י). נאך די וואונדערליכער אויפבלי אין די לעצטערע יארן אינערהאלב די ישיבה קטנה וואס האט געצוואונגען צו עפענען א פערטער סניף ה


נייע "כתר" דזשודעיקא געשעפט אין קרית יואל באזייטיגט העברעאישע בוכשטאב אויף פארלאנג פון האד' מסאטמאר
דינסטאג תצווה ז' אדר | בחצרות הקודש אין די לעצטערע טעג איז באקאנט געווארן אין קרית יואל איבער א טויש וואס די נייע "כתר" דזשודעיקא געשעפט האט געמאכט מיט'ן טוישן פון "קעטער" צו "כתר", אויף די דירעקטע בקשה פונעם מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. די נייע כתר געשעפט וואס האט לאקאציעס איבער די היימישע שטעט, האט עטליכע חדשים צוריק געעפנט איר ערשטע לאקאציע אין קרית יואל, אין די נייע "אייקאן" מאלל וואס איז דאס יאר באנייט געווארן אין שטאט. אזוי ביי אלע לאקאציעס האט "כתר" אויך אין קר


יומא טבא לרבנן: יערליכע סיום הש"ס דורך כולל חברה ש"ס תורת חיים ד'באבוב – 45
דינסטאג תצווה ז' אדר | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: הילל ל"ש בשמחה דאורייתא איז פארלאפענעם מאנטאג אויפדערנאכט אפגעראכטן געווארן דער "מעמד סיום הש"ס" דורך די חשובע בני תורה, מסלתה ומשמנה פון קהילה קדושה באבוב 45 וועלכע האבן קונה געווען גאנץ ש"ס אינערהאלב דעם בארימטן "חברת ש"ס ד'באבוב 45". דער מעמד איז אפגעראכטן געווארן אין א פראכטפולן זאל אין בארא פארק, זייענדיג דער זעקסטער סיום הש"ס זינט די גרינדונג פון די חבורה מיט בלויז זיבן יאר צוריק. דער יסוד און דער רעיון פון די דאזיגע חב


בקשו רחמים: האד' מליסקא אריינגעפירט אין שפיטאל אין ערנסטע געזונט צושטאנד
מאנטאג תצווה ו' אדר | בחצרות הקודש אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם טוען מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים לרפואת כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א, וועלכער געפונט זיך ליידער אין שפיטאל אין א ערנסטע געזונט צושטאנד. דער רבי שליט"א איז די לעצטע טעג געווען שטארק אפגעשוואכט נאכן אומפאלן אין שטוב, עס האט אויסגעזעהן אז דעם רבינס מצב איז כשורה ביז היינט נאכמיטאג ווען עס האט זיך דערקענט אויפן רבי'ן א שטארקע חולשה. אויפן ראט פון די דאקטוירים האט מען אריינגעפירט דעם רבי'ן צו די מיימאנידיס ש


האד' מבאבוב פראקלאמירט פאקטישע פלענער פון נייעם גיגאנטישער ביהמ"ד הגדול דחסידי באבוב אין בארא פארק
מאנטאג פ' תצוה • ו' אדר | בחצרות הקודש דעם אנהייב וואך האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א מבשר געווען א בשורה משמחת איבער פאקטישע פלענער אויפצובויען א נייעם גיגאנטישער ביהמ"ד הגדול און תל תלפיות פארן באבובער הויף אינעם עיר ואם בישראל בארא פארק. דעם זונטאג נאכמיטאג איז אפכעראכטן געווארן א ענגע מסיבה "עץ הגן" געווידמעט פאר די תומכים ומחזיקים פונעם מתיבתא הקדושה עץ חיים ד'באבוב מיט אירע הונדערטער תלמידים תחת דגלו והדרכתו פון די נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א ובהנהלת גיסו הגה"צ


שבת היא מלזעוק: האד' מבישטינא געפונט זיך אין שפיטאל צוליב שווערע לונגען אנטצינדונג
פרייטאג פ' תרומה • ג' אדר | בחצרות הקודש היינט ערב שבת פארמיטאג אין ארץ ישראל איז כ"ק אדמו"ר מבישטינא שליט"א פון פתח תקוה אפגעפירט געווארן צו די בלינסון שפיטאל אין פתח תקוה, נאך וואס דער רבי ליידט פון א שווערע לונגען אנטצינדונג וואס האט גאר אפשוואכן דעם רבינ'ס כוחות. אין די לעצטע פאר טעג איז דער רבי געווען היבש אפגעשוואכט, וואס האט צוגעברענגט אז מען זאל דורכפירן פארשידענע אונטערזוכונגען. היינט ווען עס איז קלאר געווארן אז דער רבי ליידט אויף א לונגען אנטצינדונג, האבן די דאקטויר


נייעם ביהמ״ד מפואר "לב אהרן" דסאטמאר אין מאנסי ווערט געעפנט היינטיגן שב״ק לשמחת לב תושבי העיר
דאנערשטאג פ' תרומה • ב' אדר | בחצרות הקודש גרויס פרייד הערשט צווישן חסידי סאטמאר אין מאנסי צום פתיחת שערים פון נייעם סאטמארער ביהמ"ד אין די שטאט ביהמ"ד לב אהרן וואס ווערט דעם שבת געעפענט בשטומ"צ לשמחת לב תושבי העיר ובפרט צווישן תושבי שכונת וועסט מעיפל וועלכע קוקן שוין אזוי לאנג ארויס אויף דעם נייעם ביהמ"ד. דער נייער סאטמארער ביהמ"ד איז געבויט געווארן בנדבת לבם פון די תושבי השכונה אין שפיץ פון הרבני הנגיד ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו מראה"ק סאטמאר מאנסי וועלכע האבן אהערגעשטעלט דע


האד' משבט הלוי: איסור חמור פאר בחורים צו באטייליגן ביי הפגנות שלא ע"פ קריאת גדולי ישראל
דאנערשטאג פ' תרומה • ב' אדר | בחצרות הקודש קלארע דיבורים איז געהערט געווארן פון כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א, ביים טעגליכן שיעור נאך תפלת שחרית בהיכל ישיבתו, זיך באציענדיג אנבאלאנגט די הפגנות אין בני ברק דעם פארלאפענעם זונטאג, נאכדעם ווען פריצות'דיגע פאליציאנטקעס זענען אנגעקומען אינעם שטאט צו פארטיילן צווי גיוס פאר היימישע בחורים, און עס האבן אויסגעבראכן העפטיגע שלאכטן אויף די גאסן פון שטאט, וואס האט ממש איבערגעקערט גאנץ בני ברק. דער רבי שליט"א האט קלארגעשטעלט פאר די בחורים, א


כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א וועט האלטן יערליכע "ז' אדר דרשה" מאנטאג תצוה
דאנערשטאג פ' תרומה • ב' אדר | בחצרות הקודש דעם קומענדיגן וואך מאנטאג נאכט ז' אדר, יומא דהילולא פון משה רעיא מהימנא, וועלן זיך פילע הונדערטער אידן פארזאמלען צו הערן די "ז' אדר דרשה" אינעם היכל הבית המדרש דקהל עדת יראים וויען אין וויליאמסבורג, דורך דעם פום ממלל רברבן, כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א. די דרשה ז' אדר, איז ווי באקאנט א מנהג מקדמת דנא פון די גדולי עולם אין אויבערלאנד, אז די רבנים און עיני העדה האבן זיך פארזאמלט מיט די קהילות הקודש און געזאגט א דרשה ביומא דהילולא של משה רב


מגורי אביו: ערשטמאליגער שבת אין מאנטרעאל דורך האחים האדמורי"ם מסקולען
מיטוואך פ' תרומה • א' אדר | בחצרות הקודש מיט התרוממות דקדושה ווערט אויפגענומען ביי חסידים ואנשי מעשה תושבי מאנטרעאל בכלל, און חברי ק"ק מאור הגולה בפרט, איבער אן ערשטמאליגער שבת מרומם וואס וועט אפגעראכטן ווערן אין שטאט בשבת אחים גם יחד, האחים האדמורי"ם מסקולען, קינדער פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצ"ל. די ברידער כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א און כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א וועלן קומען צו פארן לרגל די שמחת החתונה בבית גיסם הגה"צ ר' יואל מאסקאוויטש שליט"א, רב דקהל מאור הגול


לא זו הדרך: האד' מקארלין סטאלין ארויס מיט שארפע דברי מחאה קעגן אומ'אחריות'דיגע מחאות אין בני ברק
מיטוואך פ' תרומה • א' אדר | בחצרות הקודש שארפע דברי מחאה איז נעכטן געהערט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א ארויסטרעטנדיג קעגן די ווילדע אומ'אחריות'דיגע ראיאטן וואס קומט פאר אין בני ברק ביי מחאות די וואך. די דברי מחאה איז געהערט געווארן דורכאויס די דברות קודש פונעם רבי'ן דורכן טעלעפאן לכבוד ר"ח אדר, זיך באציענדיג צו דאס וואס האט פאסירט די וואך אין בני ברק, ווען די מחאות זענען ארויס מגדר אנושי. דער רבי האט באטאנט אז כלל ישראל איז במשך אלע דורות אריבער צרות און שווע


כולם יקבצו ובאו: לעצטע הכנות צו חגיגת הכנסת ספר תורה געשריבן לזכותו פון האד' ממאחנובקא בעלזא
דינסטאג פ' תרומה • ל' שבט | בחצרות הקודש שטייענדיג געציילטע טעג בעפאר דעם היסטארישן חגיגת "הכנסת ספר תורה" אין חצר הקודש מאחנובקא בעלזא, רוישן די לעצטע הכנות צום זעלטענע חגיגה וואס וועט אפגעראכטן ווערן ברוב פאר והדר לכבודה של תורה, במקהלות הונדערטער חסידי מאחנובקא בעלזא מכל מקומות מושבותיהם וואס האבן אינאיינעם געלאזט שרייבן די ספר תורה לכבודו ולזכותו פון כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א. האלטנדיג שוין אזוי נאנט צום באשטימטן דאטום דעם דאנערשטיג ב' אדר גרייטן זיך די עסקנים פיב


bottom of page
