top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נייעם ביהמ״ד מפואר "לב אהרן" דסאטמאר אין מאנסי ווערט געעפנט היינטיגן שב״ק לשמחת לב תושבי העיר

  • 20 בפבר׳
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' תרומה • ב' אדר | בחצרות הקודש

גרויס פרייד הערשט צווישן חסידי סאטמאר אין מאנסי צום פתיחת שערים פון נייעם סאטמארער ביהמ"ד אין די שטאט ביהמ"ד לב אהרן וואס ווערט דעם שבת געעפענט בשטומ"צ לשמחת לב תושבי העיר ובפרט צווישן תושבי שכונת וועסט מעיפל וועלכע קוקן שוין אזוי לאנג ארויס אויף דעם נייעם ביהמ"ד.


דער נייער סאטמארער ביהמ"ד איז געבויט געווארן בנדבת לבם פון די תושבי השכונה אין שפיץ פון הרבני הנגיד ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו מראה"ק סאטמאר מאנסי וועלכע האבן אהערגעשטעלט דעם פנת יקרת לשם ולתפארת א כלילת יופי א שיינער גרויסער היכל ביהמ"ד א פראכטפולע מהדורדיגע מקוה און אלע אנדערע צרכים וואס פעלט זיך אויס פארן הרחבת הדעת פון די מתפללי ביהמ"ד.

דער ביהמ"ד טראגט דעם נאמען לב אהרן על שם ספריו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א און וועט צוגעבן א געהויבענעם צביון פאר די גאנצע געגנט ובפרט צו ערמעגליכן פארן היימישן סאטמארער עולם תושבי השכונה צו דאווענען בצוותא חדא תחת הדרכתם פון די צדיקים לבית סאטמאר זי"ע ויבלחט"א כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס דער ביהמ"ד איז נקראת על שמו.


אומגעפער אנדערטהאלבן יאר צוריק האט מען צוגעטרעטן צו די בוי ארבעט אהערצושטעלן דעם נייעם ביהמ"ד ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט געלייגט דעם אבן הפנה. אין די נאכפאלגענדע חדשים איז דער ביהמ"ד געבויט געווארן מיטן פולן טעמפו און אצינד גרייט מען זיך שוין צום פתיחת שערים וואס וועט געעפענט ווערן היינטיגן שבת לשם ולתפארת ווען דערביי וועט אפגעראכטן ווערן דער גרויסער מעמד הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך הנדיב מוה"ר הערשל ווערטהיימער הי"ו.


לרגל דעם פתיחת שערים וועט היינט דאנערשטאג אפגעהאלטן ווערן דער מעמד קביעת מזוזה ביי וועלכן מ'וועט האבן די זכיה אז דער רבי שליט"א וועט פערזענליך ערשיינען זיך אומצוקוקן אויפן נייעם ביהמ"ד און קובע זיין די מזוזות. נאכן קביעת מזוזה וועט אפגעראכטן ווערן דער מסיבת לחיים ומעמד חנוכת הבית פונעם נייעם ביהמ"ד ביי וועלכן דער רבי שליט"א וועט אויך גומר זיין די כתיבת האותיות פון די נייע ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן צום ביהמ"ד.


בליל שב"ק וועלן די שערי ביהמ"ד געעפענט ווערן לרוחה צום ערשטן שבת בתוככי הביהמ"ד צו וועלכן עס וועט ספעציעל ערשיינען הגה"צ רבי אברהם הערש וואזנער אבד"ק ור"מ סאטמאר מאנסי וועלכער וועט דאווענען די תפלות בליל ויום שב"ק אינעם נייעם ביהמ"ד, און וועט משמיע זיין די דרשת פתיחה מיט דברי חיזוק והדרכה פאר די מתפללי ביהמ"ד.


שבת אינדערפרי נאך תפלת שחרית וועט אפגעראכטן ווערן דער פייערליכער מעמד הכנסת ספר תורה פון די נייע ספר תורה וואס ווערט ארויסגעפירט מבית הנדיב ר' הערשל הי"ו קעגן איבער דעם ביהמ"ד, און נאכן דאווענען וועט אפגעראכטן ווערן דער קידושא רבה ביי וועלכן מ'וועט זיך משמח זיין לכבוד התורה און מ'וועט אפגעבן שבח והודיה להשי"ת אויף דעם הרחבת גבולי הקדושה פון די קהלה אויף אזא שיינעם פארנעם.



תגובות


bottom of page