top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כולם יקבצו ובאו: לעצטע הכנות צו חגיגת הכנסת ספר תורה געשריבן לזכותו פון האד' ממאחנובקא בעלזא

  • לפני שעה
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' תרומה • ל' שבט | בחצרות הקודש

שטייענדיג געציילטע טעג בעפאר דעם היסטארישן חגיגת "הכנסת ספר תורה" אין חצר הקודש מאחנובקא בעלזא, רוישן די לעצטע הכנות צום זעלטענע חגיגה וואס וועט אפגעראכטן ווערן ברוב פאר והדר לכבודה של תורה, במקהלות הונדערטער חסידי מאחנובקא בעלזא מכל מקומות מושבותיהם וואס האבן אינאיינעם געלאזט שרייבן די ספר תורה לכבודו ולזכותו פון כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א.


האלטנדיג שוין אזוי נאנט צום באשטימטן דאטום דעם דאנערשטיג ב' אדר גרייטן זיך די עסקנים פיבערהאפטיג צו פארזיכערן אז יעדער פרט קלאפט אויפן בעסטן און שענסטן פארנעם, און אין די זעלבע צייט הערשט אן אויסטערלישן רגש של שמחה ביים גאנצער ציבור זקנים עם נערים זיך גרייטנדיג מיצולעבן די געהויבענע ימי שמחה ואורה.


אלס א הקדמה צו די ימי השמחה, איז נעכטן מאנטאג אפגעראכטן געווארן בביתו נאווה קודש פונעם רבי'ן א באשיידענער מעמד כתיבת האותיות, וואס איז געווען ספעציעל געווידמעט פאר די יחידי סגולה וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן מיט גרויסע סכומים פארן ספר תורה.


דער מעמד הכנסת ספר תורה וועט ווי געמאלדן געפראוועט ווערן דעם קומעדיגן דאנערשטאג למחרת החתונה אינעם רבינ'ס הויף, וואו אין די נאכמיטאג שעה'ן וועט פארקומען דער מעמד סיום כתיבת האותיות אינעם היכל הכולל וואס געפונט זיך אינעם בנין התלמוד תורה אויף רח' השל"ה. צוליב דעם וואס דאס פלאץ איז צר מהכיל וועט ווערן צוגעשטעלט ברחובה של עיר פארנט פונעם בנין א סקרין וואו מען וועט קענען מיטהאלטן לעבעדיג דעם מעמד, גלייכצייטיג וועלן די גאסן פון בני ברק, אנגעהויבן פון רחוב השל"ה, לענגאויס רחוב ברטנורא און ביז רחוב חזון איש ביים ווינקל פון האדמו"ר מגור, זיין באצירט מיט לעמפלעך וואס וועלן באלייכטן דעם וועג פון די פראכטפולע תהלוכה לכבודה של תורה, אנגעהויבן ביים היכל הכולל און ביז צום בנין ביהמ"ד הגדול בתופים ובמחולות.


דער הויפט חגיגה די געהויבענע הקפות און ריקודין קדישין וועלן פארקומען אינעם נייעם היכל ביהמ"ד הגדול ההולך ונבנה אויפן אויבערשטן שטאק פונעם בנין. דאס וועט זיין דער ערשטער מעמד אינעם נייעם היכל. נאך לאנגע יארן פון באמיאונגען דורך די עסקנים איז געלונגען צוצוגרייטן דעם פלאץ על צד היותר טוב מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס און א ספעציעלע גרויסע פלאטפארמע פארן רבי'ן, וואס וועט ערמעגליכן פאר'ן ריזן ציבור מיטצוהאלטן די שמחה אינעם נייעם היכל.


דער סעודה לגומרה של תורה געפראוועט ווערן ברוב פאר והדר געפלאכטן מיטן שמחת השבע ברכות אינעם רבינ'ס הויף אינעם זאל אויפן אונטערשטן שטאק פונעם בנין, וואו די עסקנים גרייטן זיך צום מאסיוון אונטערנעמונג צוצוגרייטן דעם זאל "בליץ שנעל" גלייך נאך די חתונה וואס קומט פאר א נאכט פריער, פארן היסטארישע התכנסות רבתי פון כל קהלא קדישא בראשות פונעם בעל שמחה דער רבי שליט"א.

תגובות


bottom of page