שעת מלחמה: חתונה בחצה"ק תולדות אברהם יצחק אריבערגעפירט צו אונטערערדישע ביהמ"ד הגדול קארלין סטאלין
- לפני 7 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' ויקהל פקודי • כ' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין שאטן פונעם בוזשעווענדע מלחמה אין ארץ ישראל איז היינט באשטעטיגט געווארן אז די מארגנדיגע חתונה בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק וועט, אנדערש ווי געפלאנט, געפראוועט ווערן אין די אונטערערדישע ביהמ"ד הגדול קארלין סטאלין אין גבעת זאב.
די חתונה פונעם רבינס אייניקל, די כלה א טאכטער פון זיין איידעם הרה"צ רבי אפרים אהרן לעמבערגער שליט"א האט געזאלט פארקומען אינעם שטאטישן אודיטאריום אין ביתר ווי געווענליך, למעשה האט די פארוואלטונג פונעם אודיטאריום אפיציעל פארשלאסן דעם זאל, נאכדעם וואס מדינת ישראל האט דערקלערט א נאציאנאלע עמורדזשענסי פארן גאנצן לאנד, אין ליכט פון די מלחמה מיט איראן, אין צוגאב איז די זאל נישט קיין פארזיכערט ארט און איז נישט באשיצט קעגן ראקעטן און דאס גלייכן.
שטייענדיג געציילטע טעג בעפאר די חתונה האבן די עסקנים זיך אריינגעלייגט בעובי הקורה צו טרעפן א פאסיג ארט וואו צו פראווענען די חתונה, בעפאר שבת האט מען אנגעפרעגט ביי כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א איבער די מעגליכקייט פון פראווענען די חתונה אין די נייע ביהמ"ד הגדול קארלין סטאלין אין גבעת זאב בגלילות ירושלים, זייענדיג די מערסט צוגעפאסטע אפציע, מיט איר אונטערערדישע היכל וואס איז באשיצט קעגן באמבעס, דער רבי שליט"א האט צוגעשטימט בטוב עין און באאויפטראגט די עסקנים צוצושטעלן אלע נויטיגע אראנדזשירונגען.
די עסקנים פון חצר הקודש תולדות אברם יצחק זענען טאקע נעכטן אריבערגעפארן קיין גבעת זאב און באטראכט פונדערנאנט דעם זאל און אלע נויטיגע איינריכטונגען ווי פארענטשעס, סטעידזשעס, עזרת נשים, פארקינג און נאך צרכים.
די מעמד הקבלת פנים און די חופה וועט פארקומען נאכן שקיעה אין ביהמ"ד הגדול תולדות אברהם יצחק אין ירושלים, און נאכן חופה וועט זיין צוגעשטעלט טראנספארטאציע צום שמחת החתונה אין גבעת זאב.





תגובות