top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שטארקע דברי מוסר והשקפה געהערט פון האד' מסאטמאר איבער זיך פרייען מיט נצחונות פון ציונים

  • לפני 20 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' ויקהל פקודי • י"ט אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

תלמידי וחסידי סאטמאר האבן געהערט דעם קול ה' בכח וואס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט משמיע געווען די וואך ביי שלש סעודות איבער די ביטערע נסיונות וואס הויערט אויף דעם יהדות החרדית אין די יעצטיגע שטורמישע טעג, ווי דער רבי האט שארף ארויסגעטרעטן קעגן אזעלכע וואס פרייען זיך מיט די נצחונות פון די "עגל הציוני", ארויסברענגענדיג דעם שרעקליכן חורבן וואס דאס קען ברענגען אויף כלל ישראל.


דער רבי שליט"א האט דערציילט א סיפור וואס ער געדענקט נאך אלס אינגל כד הוינא טליא, ווען ער איז איין שבת, טאקע פרשת כי תשא אריין צו זיין גרויסן פעטער הרה"ק מסאטמאר זי"ע וועלכער האט אים דעמאלט פארהערט אויף די פרשה, און נאכן שמועסן איבער דעם חטא העגל האט דער רבי אים געפרעגט א טיפע קשיא, וויאזוי איז מעגליך אז דאס אידישע פאלק, וואס האבן געזען אזעלכע גרויסע ניסים, זענען דורכגעפאלן און נכשל געווארן אין אזא שרעקליכע מעשה, דער רבי זי"ע האט דערביי מסביר געווען מיטן מדרש וואס ווערט געברענגט אז דער עגל איז נישט געווען קיין טויטע זאך, נאר ער האט געהאט א "חיות" אין זיך, ער איז געטאנצן, געשפרינגען, געזונגען און געמאכט פארשידענע "קונצן" און "מופתים", וואס דאס האט פארבלענדעט די אויגן פון די אידן ביז זיי זענען נכשל געווארן.


דער רבי שליט"א האט דערביי זיך באצויגן צו די יעצטיגע טעג, ווען די גאנצע וועלט קוקט זיך צו מיט וואונדער אויף די מלחמה מיט איראן, און בקול בוכים ערקלערט אז פונקט ווי דעמאלט ביים עגל זענען געווען דריי דרגות פון חוטאים, אזוי איז היינט מיט דעם "עגל הציוני", עס זענען דא די וואס דינען די עבודה זרה ממש, און עס זענען דא אזעלכע וואס קושן דעם עגל מיט חביבות, אבער די גרעסטע סכנה איז ביי די דריטע דרגה - וואס רוב רובם פון כלל ישראל איז ליידער א חלק דערפון – וואס כאטש זיי דינען נישט דעם עגל, פרייען זיי זיך אבער אין הארצן מיט זיינע הצלחות.


דער רבי האט מיט פייערדיגע דיבורים מעורר געווען אז מען טאר חלילה נישט ווערן נאכגעשלעפט נאך די נייעס און נתפעל ווערן פון די א. ג. מופתים וואס די ציונים באווייזן אין זייערע תקיפות, און באטאנט אז דאס וואס די מדינה פרובירט צו זיין דער הדיוט קופץ בראש אין די גאנצע מלחמה, טאר דאס נישט חלילה ברענגען א איד צו הנאה האבן אדער שפירן א שמחה פון זייערע מעשים. דער רבי האט קלארגעשטעלט אז עס איז אן איסור גמור זיך צו מיטפרייען מיט די הצלחה פון א מדינה וואס שטייט קעגן די תורה.


צום שלוס האט דער רבי שליט"א געוואונטשן אז השי"ת זאל אונז חונן זיין מיטן ריכטיגן דעת צו פארשטיין דעם אמת, און אז מיר זאלן זוכה זיין אז די גאנצע עבודה זרה פון די מדינה זאל שוין בטל ווערן מתוך רחמים וחסדים, און בקרוב זוכה זיין צו די גאולה שלימה במהרה בימינו.

תגובות


bottom of page