top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נייע "כתר" דזשודעיקא געשעפט אין קרית יואל באזייטיגט העברעאישע בוכשטאב אויף פארלאנג פון האד' מסאטמאר

  • לפני 34 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג תצווה ז' אדר | בחצרות הקודש

אין די לעצטערע טעג איז באקאנט געווארן אין קרית יואל איבער א טויש וואס די נייע "כתר" דזשודעיקא געשעפט האט געמאכט מיט'ן טוישן פון "קעטער" צו "כתר", אויף די דירעקטע בקשה פונעם מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


די נייע כתר געשעפט וואס האט לאקאציעס איבער די היימישע שטעט, האט עטליכע חדשים צוריק געעפנט איר ערשטע לאקאציע אין קרית יואל, אין די נייע "אייקאן" מאלל וואס איז דאס יאר באנייט געווארן אין שטאט.


אזוי ביי אלע לאקאציעס האט "כתר" אויך אין קרית יואל זיך גערופן אויף זייער געווענליכן נאמען "קעטער", מיט'ן העברעאישן טי, ווי עס ערשיינט אויף זייערע רעאקלאמעס און בעגס.


עטליכע וואכן צוריק איז אויסגעקומען פאר'ן סאטמארער רבי'ן שליט"א צו קויפן מערערע ספרים פון דעם געשעפט, און זעענדיג אז דאס ווערט גערופן מיט'ן טריפה'נעם עברית'ישן שפראך, האט דער רבי שליט"א זיך באלד פארבינדן מיט די אייגנטומער פונעם געשעפט און זיי פארבעטן צו טוישן, אז אין קרית יואל זאל זיך נישט געפונען אזא געשעפט מיט אן עברית'ישן נאמען.


די אייגנטומער האבן בחפץ לב זיך צוגעשטעלט צום בקשת הקודש, און זאפארט אונטערגענומען אן איבערטויש אויף אלע ערטער וואו דער נאמען פונעם געשעפט ערשיינט, און באזונדער געלאזט דרוקן א נייע שיפמענט פון שאפינג בעגס, מיט'ן געטוישטן נאמען "כתר".


דער רבי שליט"א האט געשריבן א טשעק צום געשעפט, אויפ'ן ספרים איינקויף, אויסגעשטעלט צום נייעם הייליגן נאמען "כתר", און זיך דערביי שטארק באדאנקט און געוואונטשן פאר די אייגנטומער פאר'ן ערפילן די בקשה און זיך צושטעלן צו די סטאנדארטן פונעם עיר הקודש קרית יואל מיסודו של הרה"ק מסאטמאר זי"ע.


תגובות


bottom of page