top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פרעכטיגע הילטאן רעזארט נעבן קראקא וועט אקאמאדירן נסיעה רוממה "בוני המלוכה" אין שפיץ פון האד' מסאטמאר

  • לפני 7 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' כי תשא • י"ב אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

די הערצער פון די הונדערטער נדיבי בית סאטמאר זענען איינגעהילט מיט שטורעמישע רגשי הלבבות, ווען עס טיילט אפ ווינציגער ווי דריי חדשים, ווען זיי גייען האבן די זעלטענע זכי' מיטצולעבן דעם ערווארטעטן דערהויבענע "נסיעה רוממה" לקדושים אשר בארץ המה אין אייראפע, בצלא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהרי"י).


די נסיעה וועט זיין אן ערשטמאליגער געשעעניש בקורות ימי סאטמאר, וואס ווערט אונטערגענומען לטובת די "בוני המלוכה" וואס שטייען לימין הקודש אויפצובויען די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלת ומוסדות סאטמאר אין קרית יואל.


ווי א טאג עס ווערט נענטער גייען די אראנדזשירונגען אריין אין די פולסטע פאזעס. די עסקנים אינאיינעם מיט די טראוול פירמע וואס האבן די עקספערטיז אפצוהאלטן די גרעסטע נסיעות, האבן שוין ארויסגעדונגען אלע האטעלן, זאלן, קעיטערינגס, און אלעס אינצווישן וואס אזא דערהויבענע נסיעה נעמט אריין.


פון די שווערסטע אויפגאבעס איז געווען צו אפירטרעפן די פאסיגסטע לאקאל פאר'ן אכסניא פונעם רבי'ן און די נדיבים בעם אין די היסטארישע טעג, מיטן קלימאקס צו קענען אפרעכטן די היסטארישע שבת קודש על אדמת אייראפע ארומגענומען מיט די הונדערטער געסט, בוני ומקימי קהל יטב לב קרית יואל.


אצינד, שטייענדיג ווינציגער ווי דריי חדשים צום גרויסארטיגן שבת קודש פר' במדבר מברכים חודש סיון הבעל"ט, איז נאך גרויס מיה און פלאג געלונגען פאר די עסקנים אפיר צו טרעפן א פרעכטיגן פינף שטערנדיגן האטעל, וואס געפונט זיך סטראטעגיש אין צענטער פון פוילן, הארט נעבן די אור אלטע אידישע קווארטל פון שטאט קראקא.


דער הילטון רעזארט פארמאגט אין זיך הונדערטער שטובער, פילע היכלות און זאלן, היכלי התורה, חדרי דרשות ושיעורי תורה, א ריזיגע היכל ביהמ"ד און היכל השלחנות, א באזונדערער פליגל פארן צייטווייליגן אכסניא וביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן שליט"א ופמליא דילי', און אלעס וואס עס נעמט אריין אפצורעכטן א היסטארישער


ווי א טאג עס גייט פארביי שליסן זיך אן מער און מער נגידים ונדיבים בעם וועלכע טוען צושטייער געבן סכומים אדירים לטובת הקהלה אין קרית יואל און ווילן האבן די זכי צו זיין א טייל אין דעם היסטארישן נסיעה.

תגובות


bottom of page