top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בקשו רחמים: האד' מליסקא אריינגעפירט אין שפיטאל אין ערנסטע געזונט צושטאנד

  • לפני 46 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג תצווה ו' אדר | בחצרות הקודש


אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם טוען מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים לרפואת כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א, וועלכער געפונט זיך ליידער אין שפיטאל אין א ערנסטע געזונט צושטאנד.

דער רבי שליט"א איז די לעצטע טעג געווען שטארק אפגעשוואכט נאכן אומפאלן אין שטוב, עס האט אויסגעזעהן אז דעם רבינס מצב איז כשורה ביז היינט נאכמיטאג ווען עס האט זיך דערקענט אויפן רבי'ן א שטארקע חולשה. אויפן ראט פון די דאקטוירים הא מען אריינגעפירט דעם רבי'ן צו די מיימאנידיס שפיטאל וואו עס איז קלאר געווארן אז דער רבי ליידט פון א אינערליכע בלוטיגונג ל"ע.

די דאקטוירים אין שפיטאל האבן דורכגעפירט אן עמערדזשענסי פראצעדור, און אצינד ווארט מען אויף די רעזולטאטן, מיטן האפענונג אז דער רבי שליט"א, מרן צבי הירש בן נחמה זאל האבן א גענצליכע רפואה, און זיך ארויסזעהן פון דעם מצב סכנה ווי אמשנעלסטן.

והן קל כביר לא ימאס תפילת הרבים.


תגובות


bottom of page