יומא טבא לרבנן: יערליכע סיום הש"ס דורך כולל חברה ש"ס תורת חיים ד'באבוב – 45
- 24 בפבר׳
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג תצווה ז' אדר | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: הילל ל"ש
בשמחה דאורייתא איז פארלאפענעם מאנטאג אויפדערנאכט אפגעראכטן געווארן דער "מעמד סיום הש"ס" דורך די חשובע בני תורה, מסלתה ומשמנה פון קהילה קדושה באבוב 45 וועלכע האבן קונה געווען גאנץ ש"ס אינערהאלב דעם בארימטן "חברת ש"ס ד'באבוב 45". דער מעמד איז אפגעראכטן געווארן אין א פראכטפולן זאל אין בארא פארק, זייענדיג דער זעקסטער סיום הש"ס זינט די גרינדונג פון די חבורה מיט בלויז זיבן יאר צוריק.
דער יסוד און דער רעיון פון די דאזיגע חבורה איז אוועקגעשטעלט געווארן דורכ'ן מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א, מיט'ן ציל אוועקצושטעלן א דור פון תלמידי חכמים וואס זענען בקי אין ש"ס גמרא מיט א קלארקייט. די אינגעלייט לערנען יעדן טאג א סדר פון אכט בלאט גמרא, און יעדע צוויי וואכן גייען זיי אדורך א גרונטליכע בחינה בכתב אויף גאנצע 112 בלאט, דאס אלעס אויסער די געווענליכע סדרי הכולל.
עס איז געווען א מחזה הוד צו זעהן די שיינע חבורה פון אריבער פופציג מסיימים, חשובע אינגעלייט, זיצן בראש המסובין צוזאמען מיט זייערע משפחות און עלטערן וואס שעפן הויפענעס נחת. אלס יושב ראש המעמד האט געדינט הרה"ג ר' נתן דוד בלום שליט"א, יו"ר חברת ש"ס, וועלכער האט ארומגערעט בשבחם פון די לומדי החבורה וואס פלאגן זיך על התורה ועל העבודה יומם ולילה. דאן האט אויפגעטראטן דער נואם הכבוד הרה"ג ר' ישראל מרגליות שליט"א ר"מ בישיבת וויזניץ, וואס האט מיט פאסיגע דברי תורה גערעדט איבער די חשיבות פון קונה זיין גאנץ ש"ס.
א באזונדערע ווארעמע דרשה האט מען געהערט פונעם רבינ'ס עלטסטן זון, הרה"צ ר' יוסל אונגער שליט"א, וועלכער האט ארויסגעברענגט דאס גרויסע חביבות און נחת דקדושה וואס דער רבי שליט"א, שעפט פון די חבורה וואס איז ממש כבבת עינו.
די הויכפונקט פונעם מעמד איז געווען ווען מען האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א בשירה וזמרה, און דאן איז אפגעראכטן געווארן דער סיום והתחלת הש"ס דורך צוויי אויסגעוועלטע בני החבורה. נאך די סיום האט זיך דער גאנצער זאל ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין לכבוד התורה, ווען דער רבי שליט"א טאנצט אינאיינעם מיט די חשובע מסיימים מיט א זעלטענע התלהבות.
דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן די דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכער האט אויסגעדרוקט זיין גרויס התפעלות פונעם חבורה און ארויסגעברענגט רגשי לבבו פון דעם שטארקן כח התורה, און האט ספעציעל אנגעוואונטשן די צוויי עמודי התווך פון די חבורה, די ברידער הרה"ג ר' נתן דוד און הרה"ג ר' הערשל בלום שליט"א, מרביצי תורה אין די קהילה, וואס פירן אן די חבורה מיט אן אומבאשרייבליכע איבערגעגעבנקייט.
צום שלוס זענען אלע בני החבורה אריבער ביים רבי'ן לברך ולהתברך, ארויסנעמענדיג חיזוק ווייטער אנצוגיין מיט די עבודת הקודש און אנהייבן דעם נייעם מחזור מיט פרישע כוחות.

























תגובות