top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גיגאנטישער "11 אקער-לאנד שטח" אפגעקויפט אין שכונת בלומינגראוו פאר קרית הישיבות ד'סאטמאר

  • 26 בפבר׳
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' תצוה • ט' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס פרייד און הודאה להשי"ת האבן חסידי סאטמאר אין קרית יואל אויפגענומען די בשורה מרנינה איבער דעם מוצלח'דיגן קלאוזינג אויף א גיגאנטישער "11 אקער-לאנד שטח" אין שכונת בלומינגראוו צו דינען אלס גיגאנטישער "קרית הישיבות" פאר די ישיבה קטנה ד'סאטמאר קרית יואל, בנשיאותו הרמה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהרי"י).


נאך די וואונדערליכער אויפבלי אין די לעצטערע יארן אינערהאלב די ישיבה קטנה וואס האט געצוואונגען צו עפענען א פערטער סניף הישיבה צום היי יעריגן שנת הלימודים, און אין צוגאב צו די הערליכע בניני הישיבה "בנין מענדל שווימער" אויף חברון רד. אין קרית יואל, "בנין אליהו" אין "נחלת אליהו ניו ווינדסאר", איז די הנהלה אריינגעשפרינגען צו קויפן א פאסיגן שטח וואו עס וועט געבויט ווערן דריי בנינים אדירים וכבירים צו נאכקומען דעם אומגעהויערן וואוקס פון די אריבער 500 בחורי הישיבות קטנות בליעה"ר כ"י.


דער שטח האדיר - וואס קומט אריין אין דער גרויסער רינגעלע פון שטחים און בנינים אונטער די פליגלען פון קהל יטב לב ומוסדות סאטמאר קרית יואל אינערהאלב שכונת בלומינגראוו - געפונט זיך אין צענטער פון דער אומגעגנט, צווישן דער יעצטיגער באוואוינטער געגנט און די נייע געגנטער ווי פראספעקט גארדענס און נאך, וואס וועלן אין די קומענדיגע יארן באוואוינט ווערן דורך טויזנטער תלמידי וחסידי סאטמאר.

תגובות


bottom of page