top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

על כס הרבנות: הגה"צ רבי אלעזר שטערן שליט"א עמטליך געווארן אויפגענומען אלס גאב"ד מירון ­

  • לפני יומיים
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: לפני יומיים

זונטאג פ' כי תשא • י"ב אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

מטעם די אפיציעלע איינוואוינער קאמיטע פון מושב מירון איז אין די טעג ארויסגעשטעלט געווארן א מודעה, איבער די עמטליכער התמנות פון הגה"צ ר' אלעזר שטערן שליט"א אלס אפציעלער רב פונעם ישוב אין מירון, דערמיט וועט ער ממלא זיין מקום אביו הגדול הגה"צ רבי מאיר זאב שטערן זצ"ל גאב"ד מירון וועלכע האט געדינט אלס רב אינעם ישוב מירון פאר גאנצע זעכציג יאר, פון יאר תשי"ט ביז צו זיין פטירה מיט דריי יאר צוריק אום שנת תשפ"ג, און איז געשטאנען אין שפיץ פון אלע געברויכן און אנגעלעגנהייטן איבערן גאנצן דערפל פאר די תושבי המקום און באזונדער פאר טויזענטער אורחים וועלכע קומען קיין אתרא קדישא מירון במשך דעם יאר.


דער ועד האט ארויסגעשטעלט א ספעציעלע וואונטשט פארן נייעם רב אז ער זאל זוכה זיין צו אסאך הצלחה און סייעתא דשמיא אויף זיין נייע שטעלע, און קענען אויפטון גדולות ונצורות להעמיד הדת על תילה.


דער נייער רב שליט"א דינט שוין פאר לאנגע יארן אלס א מורה הוראה מובהק, און האט מוציא געווען לאור עולם די ספרים "גן נאה" און "שו"ת ברכת אלעזר", און נאך יארן צוריק זייענדיג א אינגערמאן אין אשדוד האט ער געדינט אלס רב ק"ק מאורי אור אין שטאט.


נאכן פטירה פון זיין גרויסן טאטן זצ"ל איז ער כפי צוואתו, אריבער וואוינען אין אתרא קדישא מירון, ווי ער איז ווייטער ממשיך וען די עבודת הקודש, סיי אין חלק ההוראה, און סיי אין אלע אנדערע איינגעלעגנהייטן אינעם ישוב מירון, און אצינד איז ער אפיציעל נתמנה געווארן אלס רב דמתא לשמחת לב די הונדערטער איינוואוינער אינעם דערפל.

תגובות


bottom of page