top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חלק לשמונה: האד' מבית יצחק ספינקא מעורר לענדלארדס זיך צו פירן יושר'דיג מיט "סעקשאן 8" רעגירונג-הילף

  • לפני שעתיים
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' ויקהל פקודי • י"ט אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: דוד כהן

גאר שטארקע דברי מוסר איז געהערט געווארן דעם פארלאפענעם שושן פורים ביים טיש לכבוד היום דורך כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, וועלכער האט אדרעסירט דעם שווערן מצב אין וויליאמסבורג מיט די הימלשרייענדע דירות פרייזן, און באזונדער מרחיב געווען איבער'ן נושא פון די "סעקשאן 8" געלטער וואס די לענדלארדס באקומען פון די רעגירונג צו העלפן די טענענטס מיט די רענט.


דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן מיט'ן מעלה זיין זכרונו הטוב פונעם פיליעריגן געטרייען ראה"ק הרה"ח ר' הערשל בערקאוויטש ז"ל וואס איז לעצטע יאר נפטר געווארן, וועלכער האט זיך געפירט יושר'דיג און נאך לפנים משורת הדין מיט די סעקשאן 8 געלטער וואס זיינע טענענטס האבן באקומען, ווי ער האט פערזענליך בייגעוואוינט ביי עטליכע ביי זיינע קינדער וואס האבן געוואוינט ביי אים, אז נישט נאר האט ער נישט צוגעבעטן, נאר אויב האט ער באקומען מער סעקשאן וויפיל די רענט, האט ער דאס צוריקגעגעבן!


דער רבי האט אויך דערציילט אז יעדעס מאל ווען ר' הערשל האט זיך געדארפט טרעפן מיט שטאטישע באאמטע, איז ער אריין בקודש פנימה ביים פאטער ז"ל אנפרעגן וואס ער זאל פארלאנגען פון זיי פאר'ן היימישן ציבור, און די תשובה איז אלעמאל געווען "אז מ'זאל געבן סעקשאן 8, דער עולם זאל האבן מער הרחבת הדעת".


דער רבי האט דערציילט פון א איד וואס איז אריינגעקומען צום טאטן ז"ל זיך אויסרעדן אז זיין לענדלארד בעט אים מער וויפיל די סעקשאן 8 געט, און דער טאטע האט געלאזט רופן דעם לענדלארד און זייער שארף פארגעהאלטן דערויף זאגנדיג אז "סעקשאן 8 איז נישט געמאכט פאר די לענדלארדס, מ'האט עס געמאכט פאר'ן עולם, אז מ'זאל קענען באצאלן די רענט".


דער רבי האט אויסגעפירט מיט א הייסע בקשה צו די לענדלארדס: "נעמטס וויפיל עטץ ווילטס פון סעקשאן 8, אבער וואס ווילט עטץ פון די מענטשן? ממש מ'רייסט שטיקער, כ'פארגין פאר יעדן איינעם עשירות, וויפיל ער וויל, והריקותי לכם ברכה עד בלי די, אבער מ'דארף האבן שכל, אכטונג געבן וואס מ'טוט".

bottom of page