top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וזרח השמש: הרה"צ ר' ראובן בידערמאן שליט"א געקרוינט אלס ממלא מקום אביו כ"ק אדמו"ר מלעלוב זצ"ל

  • לפני 4 שעות
  • זמן קריאה 4 דקות

דאנערשטאג פ' כי תשא • ט"ז אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס שמחה און רגשי נחמה האבן חסידי לעלוב זיך היינט געוואונטשן מזל טוב לרגל די המשכת שלשלת הקודש נאכ'ן הסתלקות לשמי מרום פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב זצ"ל, ווען ס'איז במעמד כל העדה אויפגענומען געווארן בנו בכורו מזה בן מזה ברא כרעה דאבוה, הרה"צ חסידא ופרישא רבי ראובן אלטר בידערמאן שליט"א לעלות על גפי מרומי קרת און ממלא זיין מקום קדשו פון אביו דער רבי זצ"ל בהנהגת העדה והקהלה.


דער מעמד הכתרה איז פארגעקומען ביים סעודת השלשים היינט נאכמיטאג ווען עס זענען זיך צאמגעקומען פילצאליגע חסידים ומעריצים בבית מדרשו של רבי, אינעם לעלוב'ער ביהמ"ד אויף בר אילן, וואו עס זענען געהערט געווארן א רייע דרשות און דברי קינה ונהי אויף די גרויסע אבידה שאין לה תמורה.


אינעם הויכפונקט איז געהערט געווארן די דרשת הספד דורך הגה"צ ר' שמעון שמואל האלבערשטאם שליט"א אב"ד דברי משה ירושלים, וועלכער האט זיך געהאלטן שטארק מקושר און אסאך מסתופף געווען ביים לעלובער רבי'ן זצ"ל, און האט בתוך דבריו מכתיר געווען בשם כל הקהל דעם רבי'נס זון הרה"צ ר' ראובן שליט"א אלס ממלא מקום פונעם פאטער דער רבי זצ"ל, וואס דאס איז געווען דעם רבי'נס רצון, ווייטער אנצופירן מיט די עדה הקדושה און די הערליכע לעלוב'ע הויף אין ירושלים, בדרך אבותיו הק' אויפ'ן לעלוב'ער שטייגער לשם ולתפארת.


דער לעלוב'ער רבי שליט"א איז געבוירן ד' אדר בשנת תשל"ה אלס בן הבכור צו זיין פאטער דער רבי זצ"ל, און האט זוכה געווען נתגדל צו ווערן תחת צל כנפיו און זיך אנשעפן מבארו הטהור תורה וחסידות, ועד זיבולא בתרייתא לא מש ידו מתוך ידו.


דער רבי שליט"א האט נאך זוכה געווען זיך צו ווארעמען בצל קדשו פונעם הייליגן זיידן הרה"ק רבי משה מרדכי מלעלוב זי"ע, וועלכער האט זיך נאך אויסגעדרוקט אויף אים מיט שטארקע הפלגות און גענאסן ביי אים א זעלטענע חביבות, און האט נאך זוכה געווען זיך אנצושעפן פונעם הייליגן אור, זייענדיג שוין אין בר מצוה עלטער ביים הסתלקות פונעם זיידן רבי משה מרדכי.


נאך די בר מצוה האט דער רבי שליט"א געלערנט אין די ישיבה קטנה "מדרש משה" בנשיאותו פונעם פעטער כ"ק אדמו"ר רבי אברהם שלמה מלעלוב זצוק"ל, און שפעטער איז ער ווייטער געשטיגן במעלות התורה והיראה אין די ישיבה גדולה "נזר התורה".


בהגיע לפרקו איז דער רבי געווארן אן איידעם ביי הגה"ח המפואר ר' ראובן קארנבליט זצ"ל מחשובי חסידי לעלוב, און אינאיינעם מיט עזרת בקודש די רביצין תליט"א אויפגעשטעלט דעם שיינעם דור לשם ולתפארת בית לעלוב.


אלס אינגערמאן האט ער זיך מסתופף געווען אינאיינעם מיט זיין פאטער בצל קדשו פונעם פעטער כ"ק אדמו"ר רבי אברהם שלמה מלעלוב זצ"ל, און נאך זיין הסתקלקות האט ער זיך מדבק געווען צו זיין פעטער יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג שליט"א.


עטליכע יאר נאך די חתונה האט זיך דער רבי געצויגן קיין ביתר עילית, און א תקופה שפעטער, נאכדעם וואס דער פאטער האט אויפגעשטעלט דעם לעלוב'ער הויף אין ירושלים, האט ער זיך צוריקגעקערט וואוינען קיין ירושלים נאנט צום פאטער וואו דער רבי האט במשך אלע יארן זיך נישט אוועקגערירט פון זיין הייליגע קלאמקע.


דער רבי שליט"א איז פקיע שמי' מיט זיין אצילות און פרישות וואס שפיגלט אפ דער לעלובער דרך דורך און אדורך, אוהבן של ישראל וענוותן ושפל ברך, א הארץ וואס ברענט מיט אהבת ישראל און זארגט פאר מרי לבב און אידן נצרכים און אורחי פרחי וועלכע דרייען זיך בביתו פתוח לרוחה ווי אייגענע קינדער.


ספעציעל שיינט דער רבי שליט"א ארויס מיט זיין לעלוב'ע פשטות, א בורח מן הכבוד עד קצה האחרון, אנטלויפענדיג פון יעדעס ברעקל כבוד, און אפילו במשך אלע יארן בשנות כהונתו פונעם טאטן דער רבי זצ"ל, איז דער רבי שליט"א קיינמאל נישט געזיצן אויבן-אן, נאר אלעמאל געשטאנען צווישן די חסידים און צוקוקער, און קיינמאל נישט געוואלט אננעמען קיין שום כיבוד.


דער רבי זצ"ל האט זיך אויסגעדרוקט אויף אים מיט גרויסע הפלגות, און כסדר ארויסגעצייגט א אהבה בלי מצרים, זעענדיג אין אים די ווייטערדיגע גאלדענע המשכה צום לעכטיגן לעלוב'ער חצר וואס ער האט אויפגעשטעלט בירושלים של מעלה.


אצינד נאכ'ן ביטערן בראך בהסתלקותו של רבי, איז דער רבי שליט"א ווייטער אנגעגאנגען מיט זיין פשטות'דיגע עבודה און גאר שטארק אפגעשלאגן די הצעות פון איבערנעמען די הנהגה, דערקלערנדיג אז ער געט אלעס אוועק פאר די ברידער, און ער וויל נישט גארנישט איבערנעמען.


וכל הבורח מן הכבוד הכבוד בורח אחריו, ווי מער דער רבי איז אנטלאפן פון די רבי'סטעווע, האבן זיך וואס אמאל מער פארמירט א באלאגערונג פון מאסן חסידים ואנשי מעשה, וועלכע זענען געקומען נהנה זיין פונעם רבי'נס השפעה.


ספעציעל האט דאס בולט געווען דעם יו"ט פורים, בו ביום פון דער יום השלשים, ווען דער פאר'יתומ'טער לעלובער הויף האט צוריק אנגעהויבן ווירבלען מיט פילצאליגע זקנים עם נערים וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די פורים טיש, און דער רבי האט אויך גענומען "קוויטלעך".


אצינד ביים סעודת השלשים, ממחרת יום הפורים, איז ווי געזאגט דער רבי שליט"א אפיציעל נכתר געווארן בשם כל הקהל, דורך הגה"צ אב"ד דברי משה ירושלים שליט"א, וועלכער האט דערביי איבערגעגעבן אז צוגלייך זענען אלע ברודער הרבנים הצדיקים שליט"א נכתר צו קענען עפענען יעדער פאר זיך א לעלוב'ער הויף כאוות נפשו הטוב, משפיע צו זיין פאר אידישע קינדער הבאים בצל קורתם.


פריער אין טאג איז דער גאנצער ציבור ארויף צום הר הזיתים אויף א מעמד תפלה, אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א וואו מ'האט געזאגט די פרקי תהילים און געלערנט משניות כנהוג.

bottom of page