האד' משבט הלוי: איסור חמור פאר בחורים צו באטייליגן ביי הפגנות שלא ע"פ קריאת גדולי ישראל
- 21false08 GMT+0000 (Coordinated Universal Time)
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' תרומה • ב' אדר | בחצרות הקודש

קלארע דיבורים איז געהערט געווארן פון כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א, ביים טעגליכן שיעור נאך תפלת שחרית בהיכל ישיבתו, זיך באציענדיג אנבאלאנגט די הפגנות אין בני ברק דעם פארלאפענעם זונטאג, נאכדעם ווען פריצות'דיגע פאליציאנטקעס זענען אנגעקומען אינעם שטאט צו פארטיילן צווי גיוס פאר היימישע בחורים, און עס האבן אויסגעבראכן העפטיגע שלאכטן אויף די גאסן פון שטאט, וואס האט ממש איבערגעקערט גאנץ בני ברק.
דער רבי שליט"א האט קלארגעשטעלט פאר די בחורים, אז צו הפגנות מעג מען בלויז גיין אויב עס איז גערופן געווארן אויפן הוראה פון די גדולי ישראל שליט"א, און מען זאל זיך בשו"א נישט משתתף זיין ביי אנדערע הפגנות אדער מחאות, אפילו די סיבה פארוואס מען גייט ארויס אויפן הפגנה קוקט אויס אז עס איז א דבר מצוה, דאך טאר מען זיך נישט לאזן פירן לויט אונזערע הרגשים, מען דארף נאכגיין אויב דאס איז צושטאנד געקומען דורך די מנהיגי ישראל, און אויב נישט דארף מען אנטלויפן פון דארט כמטחוי קשת.
באזונדער האט דער רבי שליט"א אויך ארויסגעברענגט, אז די גאנצע מקום ההפגנה איז א מקום סכנה, אזוי ווי באטייליגטע האבן מעיד געווען, אז די רשעות'דיגע פאליציי האבן אויך געשלאגן און פארוואונדעט אומשולדיגע ציווילע פיסגייער וועלכע האבן גארנישט געהאט קיין שייכות מיט די הפגנה, און עס איז זיכער אז עס איז נישט פארהאן קיין שום ענין פון מסירת נפש אויף אזא פאל, ובפרט ווען עס קומט צו צו אזעלכע מעשים אשר לא יעשו פון אונטערצינדן מאשינען און קארס, און קיינמאל איז נישט געווען אזוי די דרך פון אידישע קינדער.
דער רבי האט אויסגעפירט אז אונזער חוב אין אזא שווערע זמן ווען עס הויערט די ביטערע גזירת הגיוס, איז בלויז דורכן מקיים זיין דאס וואס די גמרא זאגט 'השכם עליהם לבית המדרש והם כלים מאליהם', מיר דארפן עוסק זיין בתורה, און דעם זכות וועלן די רשעים נישט האבן קיין שליטה, און באזונדער ליגט אויף אונז א חוב מרבה צו זיין בתפלה ובתחנונים צום בורא עולם לביטול רוע הגזירה כי אין כוחינו אלא בפה.







תגובות