top of page
האד' מוויזניץ וועט אפרעכטן געהויבענע שבתים אין ניו יארק מיוחד פאר צאן קדשים און רבינס חבורה "לב וויזניץ"
דינסטאג פ' טהרה • כ"ז ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי וויזניץ אין ניו יארק זקנים עם נערים גרייטן זיך בהכנה דרבה צו מקבל פנים זיין פני מלכם ומאורם כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס וועט אנקומען אויף א לענגערע באזוך פון צוויי וואכן אין ניו יארק מחזק צו זיין די חסידים מעבר לים, ווען די קומענדיגע צוויי שבתים וועט דער רבי פראווענען אינאיינעם מיט די חסידים, די ערשטע שבת מיט די ילדי החסידות וועלכע וועלן האבן די זכיה מיטצוהאלטן א שבת בצילא דמהימנותא עילאה, און דער צווייטער שבת מיט די א


האד' מסאטמאר אנאנסירט פאר יהדות הנאמנה אין ברוקלין: דירות פראיעקטן אין מאנטיסעלאו פאר בלויז $200 א סקווער פיס
דינסטאג פ' טהרה • כ"ז ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן ביים סעודת הילולא רבתי אין שטאט קרית יואל לכבוד די צוואנציגסטע יארצייט פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי''ע האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט''א אנאנסירט א היסטארישע דורכברוך פאר תושבי ברוקלין פון אלע שיכטן און קרייזן, וועלכע פלאגן זיך מיט די גאר הויכע דירות פרייזן, און טייערע דירה שטייערן, און מבשר טוב געווען איבער א הערליכער עתיד אין דער קומענדיגער עיר ואם בישראל מאנטיסעלאו אין די קעטסקילס בערג אין ניו יארק. דער רבי האט דערצי


ק"ק וויזניץ מאנסי שאפט דראסטישע דורכברוך מיט נייע "אולם איינהארן"; בלויז 10 טויזנט דאלאר די גאנצע חתונה נאכט
מאנטאג פ' טהרה • כ"ו ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש א פרייד-כוואליע הילט ארום חסידי וויזניץ און כלל תושבי מאנסי מיט די בשורה מרנינה איבער'ן דראסטישן דורכברוך צו לינדערן די אסטראנאמישע חתונה-קאסטן, מיט'ן אהערשטעלן די שפאגל-נייע פראכטפולע חתונה זאל "אולם איינהארן" וואו די גאנצע חתונה-נאכט, מהחל ועד כלה, וועט אפקאסטן די שטוינענד ביליגע פרייז פון בלויז 10 טויזנט דאלאר, ביידע צדדים צוזאמען, דאס הייסט, 5 טויזנט פער צד. דאס קומט אין ליכט פון די שטורמישע אויפוואכונג וואס האט אויפגעפלאמט ב


נחלת הבונים: הכנה דרבה צו מסע קודש דורך האד' מוויען מיט נדיבי המוסדות קיין אייראפע
מאנטאג פ' טהרה • כ"ו ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש חברי ק"ק וויען האבן מיט התרגשות אויפגענומען די ידיעה איבער די בעפארשטייענדע נסיעה לקברי צדיקים בראשות כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, וואס וועט אפגעהאלטן ווערן קומענדיגן חודש אייר הבעל"ט, ווען דערביי וועלן די נדיבי המוסדות האבן די געלעגנהייט מיטצוהאלטן די געהויבענע תפלות אויף די מקומות הקדושים. במשך דעם מסע הקודש וועט מען פוקד זיין די קברי צדיקים אין פוילן און אין אונגארן, צווישן זיי אין ליזענסק ביים ציון הק' פונעם הייליגן רבי'ן ר' אלי


הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א מסקווירא וועט אפרעכטן לענגערע באזוך און א שבת מרומם אין מאנטריאל
מאנטאג פ' טהרה • כ"ו ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי סקווירא אין קאנאדע נעמען אויף ברגשי שמחה די פריידיגע ידיעה איבער'ן ביקור מרומם דורך הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וואס וועט אפרעכטן א ביקור מרומם און צום הויכפונקט א "שבת התוועדות והתעלות" אין די סקווירא קהילה אין מאנטריאל, דעם קומענדיגן שבת פר' תזריע טהרה ראש חודש אייר הבעל"ט. דער חשובער גאסט וועט זיין צוגאסט אין שטאט אויף עטליכע טעג צו זען פונדערנאנט דעם הערליכן בלי און ווא


מולטי מיליאן דאלאר מקח אויף גיגאנטישן קעמפ אין קעטסקילס פאר מחנה בני באבוב 45
זונטאג פ' טהרה • כ"ה ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי באבוב 45 בכל מקום שהם האבן מיט מיט איבערגליקליכע שמחת הלבבות אויפגענומען די גינסטיגע בשורה פון הרחבת גבולי הקדושה וואס איז פראקלאמירט געווארן ביי א פראכטפולע שמחת השבע ברכות לרגל די שמחה הכפולה במעונו פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, אינאיינעם מיטן מסיבת איגוד השותפים געאייגענט פאר די גרעסערע תומכי המוסדות, איבער א מולטי מיליאן דאללער'דיגע מקח וואס קהל באבוב 45 גרייט זיך אריינצוגיין אין קאנטראקט אפצוקויפן א גיגאנטישן שטח פו


כינוס אדיר "אדירי התורה" אין פילאדעלפיע וועט צום 5'טע מאל איינזאמלען צענדליגער טויזנטער לומדי תורה ותומכיה
זונטאג פ' טהרה • כ"ה ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש עס איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז צום פינפטע יאר נאכאנאנד וועט היי-יאר ווידעראמאל אפגעצייכנט ווערן א הייליגע מאניפעסטאציע פון הרמת כבוד התורה, ביים מעמד אדיר ונהדר "אדירי התורה", וואס וועט איינזאמלען א לגיון רבתי פון צענדליגער טויזנטער הוגי ועמלי תורה פון די גרעסטע תורה-צענטער אין אמעריקע, ביהמ"ד גבוה דלעיקוואד, מיט'ן ציל אפצוגעבן דעם פאסיגן יקרא דאורייתא און כבודה של תורה ותומכי', אין שפיץ פון מרנן ורבנן גדולי ראשי ישיבות פון


האד' מוויזניץ ירושלים נעמט אונטער קורצע נסיעה קיין ארה"ק און מאנטשעסטער לרגל צוויי שמחות במעון קדשו
זונטאג פ' טהרה • כ"ה ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש די וואך פ' תזריע מצורע וועט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א אונטערנעמען א קורצע נסיעה קיין ארץ ישראל און פון דארט קיין מאנטשעסטער ענגלאנד צו באשיינען צוויי שמחות במעון קדשו, לרגל די קשרי השידוכים פון צוויי אייניקלעך וועלכע זענען געשלאסן געווארן אין די וואכן בעפאר יום טוב פסח העעל"ט. דער רבי שליט"א וועט היינטיגן זונטאג פארלאזן ניו יארק אויפן וועג קיין ארצינו הקדושה וואו עס וועט דעם קומענדיגן דינסטאג אוונט פארקומען די שמחת האירו


חסידי וויזניץ איבערראשט איבער געפלאנטע הכנסת ספר תורה וואס האד' מוויזניץ האט געלאזט שרייבן לזכותו ולרפואתו
זונטאג פ' טהרה • כ"ה ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט איבערראשנדע עקסטאז ווערט אויפגענומען ביי אלפי חסידי וויזניץ אומעטום איבער א היסטארישע חגיגת "הכנסת ספר תורה" וואס דער רועה נאמן מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפואה שלימה פלאנט אפצורעכטן אויף די אייגענע פריוואטע ספר תורה וואס ער האט געלאזט שרייבן פאריאר לזכותו ולרפואתו השלימה. לויט ווי ס'ווערט באקאנט האט דער רבי שליט"א פאריאר זיך אריינגעלאזט אין דעם אונטערנעמונג בקיום מצות כתיבת ספר תורה זייענדיג אין לאס אנדזשעלעס לצרכי רפואה, ו


בקשו רחמים: האד' מהארדענקא אריינגעפירט אין שפיטאל נאך לאנג - פארצויגענע שוואכקייט
זונטאג פ' טהרה • כ"ה ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם פרייטאג ערב שבת קודש איז כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאך א לאנג פארצויגענער שוואכקייט וואס האט באטראפן דעם רבי'ן די לעצטע תקופה. שוין דורכאויס יום טוב פסח האט דער רבי שליט"א נישט גוט געשפירט, און איז נישט אריינגעקומען אין ביהמ"ד צוליב זיין חולשה. פרייטאג אינדערפרי נאך א סעריע טעסטן וואס האבן נישט געוויזן קיין שום שינוי לטובה איז דער רבי אריינגעפירט געווארן דורך די חברה הצלה צו א לאקאלע שפיטאל אי


האד' מוויזניץ טרעט ארויס קעגן "חמץ צוכאפעניש" מוצאי יום טוב פסח | רעקארדירונג
זונטאג ב' דחול המועד פסח • י"ח ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש היינט ביים מיטאג טיש לכבוד המועד האט מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אויסגענוצט די געלעגענהייט שטייענדיג אינעם יום טוב פסח, און מעורר געווען מיט ווייטאג איבער די ערשיינונג וואס מ'זעהט אין די לעצטערע יארן ווען מאנכע לויפן מוצאי יום טוב ביים זמן צו קויפן חמץ אין די בעקערייען וכדומה. ביי די דברות קודש האט דער רבי געווייטאגט איבער דער אופן וואס אידן שטיין און ווארטן אויפן מינוט פון זמן צאת הככובים, צו קענען לויפן און זיך איינהאנ


ספרא דמלכא: הגה"ח הישיש ר' נפתלי לעבאוויטש ז"ל כותב התורות ביי הרה"ק מסאטמאר זי"ע נפטר געווארן בשיבה טובה
דינסטאג פ' צו • י''ג ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם היינטיגן דינסטאג יום בדיקת חמץ האבן תלמידי וחסידי סאטמאר באגלייט למנוחת העולמים איינס פון סאטמארס שענסטע פני העדה ה"ה הגאון החסיד הישיש בנש"ק רבי נפתלי לעבאוויטש ז"ל, תורה שרייבער פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, וואס איז נעכטן אויפדערנאכט נפטר געווארן לחיי העולם הבא אין עלטער פון 92 יאר. מיט די פטירה פון רבי נפתלי ז"ל ווערט איבערגעריסן א בריק צום אמאל, א דמות פון א פארצייטישע איד, א איד וואס האט זוכה געווען ליצוק מים על ידיו פון גדול


היסטארישע חלוקת הירושה פון הרה"ק הברך משה מסאטמאר זי"ע וועט צושטאנד קומען לקראת די 20'סטע יומא דהילולא
מאנטאג פ' צו • י''ב ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס עקסטאז ווערט אויפגענומען די היסטארישע נייעס ביי רבבות חסידי סאטמאר אלוועלטליך, אז לקראת דער צוואנציגסטער יומא דהילולא קדישא פון הרה״ק בעל ברך משה מסאטמאר זי״ע, איז מען געקומען לעמק השוה צו צעטיילן די ירושה, מורשת צדיק, פון רבי׳ן זצ״ל, בסדר יפה אף נעים, צווישן די בני משפחת המלוכה, האחים האדמורי"ם מסאטמאר, הגה"צ אבד"ק זענטא שליט"א און הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15'טע עוו. שליט"א. די ירושת הצדיק נעמט אריין אין זיך פילע צענדליגער גא


תמיכה גדולה פון האלב-מיליאן דאלאר פארטיילט דורך האד' מסאטמאר פאר תלמידיו וחסידיו בארה"ק לכבוד יום טוב
זונטאג פ' צו • י''א ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש אין א מודעה וואס איז היינט ארויסגעשטעלט געווארן דורך די ראשי והנהלת ק''ק סאטמאר בארה''ק, ירושלים, בני ברק און בית שמש, דרוקן זיי אויס רגשי לבבם פון הכרת הטוב בשם חסידי סאטמאר תושבי ארה''ק פאר די הערליכע חלוקה וואס איז פארטיילט געווארן דורך כ''ק אדמו''ר מסאטמאר שליט''א לכבוד יום טוב פסח הבעל''ט, פאר עדת צאן מרעיתו כלל חסידי סאטמאר תושבי ארה''ק. אזוי ווי במשך די לעצטע פאר יאר, האט דער סאטמארער רבי שליט"א אויך היי יאר גענומען פערזענד


טויזנטער ערווארטעט ביים ציון הק' פון הרה"צ רבי נפתלי חנה'לס זצ"ל נכד הבעש"ט הק' זי"ע ביומא דהילולא דעם זונטאג
דאנערשטאג פ' צו • ח' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם קומענדיגן זונטאג שמיני י"א ניסן געפאלט אויס די יומא דהילולא פון הצדיק ואיש החסד הנודע הרה"צ רבי נפתלי חנה'לס זצוק"ל א אייניקל פונעם אור שבעת הימים דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע, און פונעם הייליגן רבי ברוך'ל מעזבישער זי"ע, דער הייליגער זלאטשובער מגיד זי"ע און נאך. ר' נפתלי ווי מען האט אים גערופן בלשון חיבה איז געבוירן אין באהפאלי רוסלאנד צו זיין פאטער הרה"צ רבי שאול שלום הלוי דאקטאראוויטש זצ"ל, אלס יונגל זענען זיינע עלטערן ארו


טרויער נאך פטירה פון הגה"צ רבי פנחס יהודה לובינסקי זצ"ל חדב"ן הרה"ק רבי אברהם שלמה מלעלוב זצ"ל
דאנערשטאג פ' צו • ח' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס צער און טרויער ווערט אויפגענומען די בשורה לא טובה איבער די פטירה פון האי גאון וצדיק פאר מקדושים הגה"צ רבי פנחס יהודה לובינסקי זצ"ל, חתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי אברהם שלמה מלעלוב זצ"ל וועלכער איז יעצט נאכמיטאג אין ארץ ישראל נפטר געווארן לחיי העולם הבא אין בלויזן עלטער פון 65 יאר, לדאבון לב כל בית ישראל. הרה"צ רבי פנחס זצ"ל איז געבוירן געווארן חודש טבת תשכ"א אין אנטווערפן צו זיין פאטער הרה"צ רבי יוסף ניסן לובי


חסידי בעלזא אין אויפבליענדע "הר יונה" געשפאנט צו לענגערע ביקור הוד דורך הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א
מאנטאג פ' צו • ה' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט שפאנענדע עקסטאז ווערט אויפגענומען ביי די הונדערטער משפחות חסידי בעלזא איינוואוינער פון די אויפבליענדע שטאט "הר יונה" איבער א ביקור הוד וואס מ'וועט זוכה זיין מיטצולעבן מיט'ן אורח הדגול הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א בנו יחידו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכער וועט אנקומען אויף ימי התוועדות והתעלות רוחניות בקרב החסידים, ווען דער הויכפונקט וועט זיין דער געהויבענער שבת התאחדות, דעם קומענדיגן שבת נאך פסח, פר' תזריע טהרה. דער באז


באקאנטער מגיד שיעור הרב אלי' סטעפאנסקי אדרעסירט די וואונדערליכע ידיעות התורה און אהבת התורה פון "כולל ש"ס אידן" בשייכות צום היינטיגן דף
מאנטאג פ' צו • ה' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש ביים טעגליכן שיעור אין דף היומי דורך דער באקאנטער און וועלט בארימטער מגיד שיעור הרב אלי' סטעפאנסקי שליט"א האט דער מגיד שיעור ארומגערעדט איבער די וואונדערליכע ידיעות התורה און אהבת התורה, וואס מען זעהט ביי די חשובע אינגעלייט לומדים אין די וועלט בארימטע "כולל ש"ס אידן". פארלערנענדיג די היינטיגע דף אין מסכת מנחות דף ע"א, האט הרב סטעפאנסקי דערציילט א מערקווירדיגע געשיכטע וואס ער האט בייגעוואוינט איבער דעם דף, געווען איז עס א שטיק צייט צ


האד' מזוטשקא ירושלים אין שפיטאל צוליב הארץ קאמפליקאציעס; וועט אריבערגיין סטענט פראצעדור
מאנטאג פ' צו • ה' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש השתדלו והרבו תחינה ובקשה: דער ציבור ווערט גערופן צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מזוטשקא ירושלים שליט"א וועלכער גייט יעצט דורך א הארץ פראצעדור אין די הדסה שפיטאל אין ירושלים. דאס קומט נאכדעם וואס דער רבי שליט"א ליידט שוין די לעצטע עטליכע יאר פון געוויסע מיחושים אויפן הארץ, און איז שוין אינעם פארגאנגענהייט דורך ענדליכע סטענט פראצעדורן מיט בערך צוויי יאר צוריק. אין די לעצטע תקופה האט דער רבי געליטן פון פרישע מיחושים אויפן


הגה"צ רבי סיני הלברשטאם שליט"א גאב"ד צאנז שיכון ג' מיט שארפע פסק ההלכה קעגן אזוי גערופענע ׳האנט מצות׳ | ווידיאו
מאנטאג פ' צו • ה' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש שטייענדיג שוין שלושים יום קודם חג הפסח איז הגה"צ רבי סיני הלברשטאם שליט"א גאב"ד צאנז שיכון ג' ארויסגעקומען מיט א שארפע פסק הלכה איבער די נושא פון "האנט מצות" וואס ווערן געמאכט מיט פארשידענע הילף פון מאשינען, ווי רעדלען און וועלגערן די מצות, און ווערן פארקויפט אין די געשעפטן אלס "האנט מצות". שוין מיט עטליכע יאר צוריק, האבן די גדולי הפוסקים ארויסגעגעבן א "פסק הלכה" דערוועגן אז דאס קען בשום פנים ואופן נישט ווערן אנגערופן "האנט מצות" א


bottom of page
