top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כינוס אדיר "אדירי התורה" אין פילאדעלפיע וועט צום 5'טע מאל איינזאמלען צענדליגער טויזנטער לומדי תורה ותומכיה

  • לפני 17 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' טהרה • כ"ה ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

עס איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז צום פינפטע יאר נאכאנאנד וועט היי-יאר ווידעראמאל אפגעצייכנט ווערן א הייליגע מאניפעסטאציע פון הרמת כבוד התורה, ביים מעמד אדיר ונהדר "אדירי התורה", וואס וועט איינזאמלען א לגיון רבתי פון צענדליגער טויזנטער הוגי ועמלי תורה פון די גרעסטע תורה-צענטער אין אמעריקע, ביהמ"ד גבוה דלעיקוואד, מיט'ן ציל אפצוגעבן דעם פאסיגן יקרא דאורייתא און כבודה של תורה ותומכי', אין שפיץ פון מרנן ורבנן גדולי ראשי ישיבות פון אמעריקע און ארץ ישראל.


דער היי-יעריגער "אדירי התורה" וועט פארקומען אויפ'ן זעלבן פלאץ פון די ביז יעצטיגע מעמדים, אינעם גיגאנטישן וועלס-פארגאו ארענע אין פילאדעלפיע, וואס פארמאגט שווערע טויזנטער זיץ פלעצער צו אקאמאדירן די מאסיווע פלייץ פון טויזנטער לומדי תורה, רבנן ותלמידיהון.


דער מעמד וועט צוגלייך ארויסהייבן די פעולות נשגבות פון די תומכי התורה, און די אויסטערלישע דערגרייכונגען וואס מ'האט באוויזן די לעצטע עטליכע יאר, צו הייבן די תמיכה פאר די לומדי תורה מיט דראסטישע פראצענטן, ווען דעם חודש אייר ווערט פארפולקאמט פולע פינעף יאר זינט עס האבן אנגעהויבן ארויסגעגעבן ווערן די נייע "אדירי התורה" טשעקס, וואס ענטהאלט פילפאכיגע העכערע תמיכה פאר די טויזנטער לומדים, וואס זיי האבן ערהאלטן צייטליך אין לויף פון די גאנצע פיר יאר, אן איבעררייס, און בלויז די לעצטע יאר איז פארטיילט געווארן דורכ'ן קרן אדירי התורה די אסטראנאמישע סומע פון 83 א האלב מיליאן דאלאר, ערגענצנדיג א טאטאל פון א מעגא 246 מיליאן דאלאר אין די גאנצע 5 יאר.


דער מעמד "אדירי התורה" וועט פארקומען דעם קומענדיגן ט''ו סיון, זונטאג שלח, בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל לומדי תורה באלפי', און דעם קומענדיגן וואך וועט זיך עפענען די טיקעט-פארקויף צענטערן פאר'ן אלגעמיינעם ציבור וואס וויל קומען מיטלעבן די היסטארישע מאורע.


אויסער די גדולי ישראל וראשי ישיבות פון אמעריקע וואס וועלן מפאר זיין בראש, איז ערווארטעט בהדרת כבוד די ערשיינונג פון אחד המיוחד מגדולי ראשי ישיבות אין ארץ ישראל, וואס וועט קומען צופארן ספעציעל צום מעמד און אויפטרעטן אלס "אורח הכבוד" בשבח עמלי תורה ותמכין דאורייתא.

bottom of page