top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישע חלוקת הירושה פון הרה"ק הברך משה מסאטמאר זי"ע וועט צושטאנד קומען לקראת די 20'סטע יומא דהילולא

  • לפני 19 שעות
  • זמן קריאה 3 דקות

מאנטאג פ' צו • י''ב ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש


מיט גרויס עקסטאז ווערט אויפגענומען די היסטארישע נייעס ביי רבבות חסידי סאטמאר אלוועלטליך, אז לקראת דער צוואנציגסטער יומא דהילולא קדישא פון הרה״ק בעל ברך משה מסאטמאר זי״ע, איז מען געקומען לעמק השוה צו צעטיילן די ירושה, מורשת צדיק, פון רבי׳ן זצ״ל, בסדר יפה אף נעים, צווישן די בני משפחת המלוכה, האחים האדמורי"ם מסאטמאר, הגה"צ אבד"ק זענטא שליט"א און הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15'טע עוו. שליט"א.


די ירושת הצדיק נעמט אריין אין זיך פילע צענדליגער גאר טייערע חפצי קודש, כתבי קודש, און ספרי קודש, פון די שלשלת הקודש צדיקי בית סיגוט וסאטמאר ארויף ביז צום ראש השושילתא קדישא הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע, און איז אריבערגעגאנגען דור אחר דור ביז צו הרה"ק הברך משה זי"ע.


די צעטיילונג פון די ירושה קומט צושטאנד תחת פיקוחו — און נאך די אומערמידליכע כוחות — פונעם לעגענדארן סאטמארער משב"ק, הרבני החסיד רבי משה פריעדמאן שליט"א, וועלכער איז אנפארטרויעט געווארן דורך'ן רבי'ן בכבודו ובעצמו זיך אפצוגעבן בעזבונו לאחר אריכות ימיו ושנותיו, ועתו עמו דער איש המעש, ראש וראשון לכל קדשי בית סאטמאר הרה"ח המפו' ר' מאיר הירש הי"ו פרעזידענט דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל.


די ירושה, וואס ווערט געשאצט אין די ווערד פון פילע מיליאנען, ווערט געהאלטן בקדושה יתירה שוין אזויפיל דורות, און אונטער די אויפזיכט פון די חשובע שלוחים האבן מבינים און ת"ח דאס מסדר געווען דבר דבר על אופנו, לויט'ן רצון פון רבי'ן און עפ"י דת תוה"ק והיושר.


אין די זעלבע צייט איז ארויסגעקומען א היסטארישער מכתב "בקשה ואזהרה" אונטערגעשריבן דורך אלע קינדער און איידעמער פונעם ברך משה זי"ע, אנבאלאנגט די ירושה.


אין דעם מכתב ווערט ארויסגעברענגט, אז היות במשך פון די יארן איז פארלוירן געווארן פארשידענע טייערע חפצים און ספרים פון די ירושה, וואס מען ווייסט נישט וואו זיי געפינען זיך, על כן ליגט א פליכט מדין תורה דאס צוריק צוגעבן פאר די יורשי דאורייתא, און נישט נכשל צו ווערן באיסור גזל ח"ו.


דער מכתב טוט אונטערשטרייכן אז כמובן א חפץ וואס מען האלט בגניבה האט נישט קיין שום חשיבות, אדרבא דאס איז א צער פאר די צדיקים אז מען האלט אפ פון צעטיילן זייער ירושה.


זיי ברענגען אויך צו די ווערטער וואס דער ברך משה זצ"ל האט געשריבן נאך די הסתלקות פון זיין גרויסן פעטער הרה"ק מסאטמאר זי"ע - אלס איינציגסטער יורש דאורייתא - ווי ער איז מגלה דעת אז על כתבי ידות און חפצים וכדו' וואס געפינט זיך ברשות אחרים, איז ער נישט מוותר דערויף, און געפינט זיך "ברשות המחזיק בתורת גזל".


די יורשים זענען דא אויך מגלה דעת, אז אפילו אויב איינער האט אין פלאן דאס צוריקגעבן פריוואט נאר פאר איינע פון די יורשים, וועלן זיי דאס נישט מקבל זיין נאר באופן אז דאס ווערט צעטיילט צווישן אלע יורשים צוגלייך.


אינעם מכתב ווערט אנגעגעבן אז דער זמן צוריקצוברענגן די חפצים איז ביז קומענדיגן 'ל"ג בעומר', כדי מען זאל קענען תיכף דערנאך מסדר זיין די חלוקת הירושה על צד היותר טוב.


מטעם די יורשים זענען געשטעלט געווארן שלוחים נכבדים, פאר וועם מען קען צוריקברענגן די אלע חפצים, ספרים וכו' - ה"ה די משמשים בקודש, הרה"ח ר' משה פריעדמאן נ"י, הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן נ"י, און הרה"ח ר' חיים שלמה פישער נ"י - מיט א פארזיכערונג אז דאס בלייבט אנאנים, קיין נברא בעולם וועט נישט וויסן דערפון, און עס וועט נישט געפרעגט ווערן קיין שום שאלות.


די יורשים זענען מגלה דעת אז ווער עס וועט צוריקברענגן די חפצים ביזן קומענדיגן ל"ג בעומר, זענען זיי מוחל במחילה גמורה על העבר.


די פריידיגע נייעס איבער די חלוקת הירושה וואס וועט פארקומען אין די גאר נאנטע טעג בעז"ה, איז נארוואס צושפרייט געווארן ברוב שמחה וחדוה ביי אלע חסידי סאטמאר, און איז אוודאי א נחת רוח און א כבוד לנשמתו פונעם רבי'ן דער ברך משה און נשמת אבותיו הק' שלשלת עצי התמרים נבג"ם.


וזאת הברכה אשר ברך משה!




תגובות


bottom of page