top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טויזנטער ערווארטעט ביים ציון הק' פון הרה"צ רבי נפתלי חנה'לס זצ"ל נכד הבעש"ט הק' זי"ע ביומא דהילולא דעם זונטאג

  • לפני יומיים (2)
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' צו • ח' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם קומענדיגן זונטאג שמיני י"א ניסן געפאלט אויס די יומא דהילולא פון הצדיק ואיש החסד הנודע הרה"צ רבי נפתלי חנה'לס זצוק"ל א אייניקל פונעם אור שבעת הימים דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע, און פונעם הייליגן רבי ברוך'ל מעזבישער זי"ע, דער הייליגער זלאטשובער מגיד זי"ע און נאך.


ר' נפתלי ווי מען האט אים גערופן בלשון חיבה איז געבוירן אין באהפאלי רוסלאנד צו זיין פאטער  הרה"צ רבי שאול שלום הלוי דאקטאראוויטש זצ"ל, אלס יונגל זענען זיינע עלטערן ארויף קיין ארץ ישראל און זיך באזעצט אין עיה"ק צפת.ער איז שפעטער נתפרסם געווארן אלס א פועל ישועות בקרב הארץ, און ער האט דארט אין צפת געדינט דעם אייבערשטן מיט זיין אומבאגרייפליכע עבדות ה' כעבדא קמא מרא. און איז געווען נערץ ביי אסאך פון זיין דור זי"ע.


אין די ערבי פסחים טעג פון יאר תר"פ איז רבי נפתלי געווען אונטערוועגנס צו ברענגען צרכי חג הפסח פאר די אידן אין שטאט צפת, אינמיטן וועג איז געשען א שרעקליכער אומגליק ווען זיין וואגן האט זיך איבערגעדרייט ל"ע, און ער האט אויסגעהויכט זיין הייליג נשמה אויפן ארט.


אין די לעצטערע יארן איז מקום מנוחת קדשו אין שטאט תל אביב ביים בית העלמין העתיק אויף רחוב טרומפלדור, נתפרסם געווארן אלס א מקום קיבול תפלות און א מקום ווי מען זעט גרויסע ישועות, און אצינד האבן חשובע עסקנים זיך אריינגעלייגט איבערצופרישן דעם מקום הציון הק' בכבוד הראוי פאר די פילע משתתפים רונדע יאר, ובפרט ביים יומא דהילולא.


בליל ההילולא מוצאי שבת קודש לאחר חצות הלילה וועט פארקומען דער מעמד בקשת רחמים ביים ציון הקדוש  במעמד פילע גדולי הרבנים בעלי מקובלים אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א, וואס איז אדוק ומקושר צום צדיק און שיקט כסדר אהין אנשי שלומיו מתפלל צו זיין, ווי אינאיינעם וועט מען אויספועל'ן ישועות ורפואות לנו ולכל ישראל אין זכות פונעם גרויסן צדיק.


דער ציון הק' וועט זיין אפן במשך די גאנצע טאג פונעם יארצייט, צוגעשטעלט מיט מאכלים ומשקאות להחיות בהם נפש כל חי, און אלע אנדערע צרכי ציבור אויף א ברייטע פארנעם, באסעס וועלן פארן פון אלע גרעסערע געגענטער און ברענגען אידן פון אומעטום צח מתפלל זיין להיפקד בדבר ישועה ורחמים, וזכותו הגדול יגן עלינו.



תגובות


bottom of page